בעזרת ה' יתברך - ליל שישי פרשת בשלח, ט' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר
הלואי אז מיר קענען צוריק באנייען אונזער קשר, עס איז אזוי גוט ווען מען איז צוגעבינדן צו היכל הקודש, מען פארדינט אזויפיל שיינע זאכן, מען האט חיזוק אויף דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, מען האט חיזוק צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, חומש, משניות, גמרא וכו'.
איך וויל אזוי שטארק זאלסט זיך צוריק איינבינדן אין זאק ביים הייליגן רבי'ן, און אויך דיין גאנצע משפחה. ביים רבי'ן פארדינט מען נאר גוטס, ביים רבי'ן איז נאר דא רווחים, מען פארדינט אויף די וועלט און מען פארדינט לנצח נצחים.
קען זיין אז דו ביסט געקומען אפאר מאל און צוליב מיינע טרדות וואס ליגט אויף מיר האב איך דיך נישט באמערקט און נישט באגריסט, און דאס האט דיר געמאכט זאלסט ווערן באליידיגט און אזוי איז צוביסליך אפגעקילט געווארן אונזער קשר; וואלסטו געוויסט וואס גייט אריבער אויף מיר א טאג - וואלסטו זיכער נישט באליידיגט געווארן, ווייל די אלע מאל וואס איך גיי אריבער מענטשן און איך גרוס נישט - איז דאס צוליב דעם וואס איך זע פשוט נישט פאר מיינע אויגן קיין מענטשן; וואלט איך געזען - וואלט איך געגריסט, איך האב ליב צו באגריסן יעדן איינעם, נאר פון רוב טרדות זע איך נישט, די קאפ איז מיר איבערגעשטרענגט.
איך וויל באנייען אונזער קשר, איך וויל דיך זען, איך ווארט אויף דיר. אמאל פלעגסטו קומען ליל שישי צום שיעור, אמאל פלעגסטו מיר שרייבן א בריוו אדער א מעסעדזש פון א סיום מסכתא, א סיום משניות, דאס האט מיך אזוי מחי' געווען.
באניי זיך, הויב אן צוריק לערנען יעדן טאג אפאר פרקים משניות און א בלאט גמרא, און זיכער זאלסטו אנטון תפילין יעדן טאג, און אנטון די הייליגע ציצית, ווייל דער אייבערשטער האט דיך ליב.
איך בין שוין זייער מיד, עס איז שוין שפעט ביינאכט, איך וועל נאך א צווייטע מאל דיר שרייבן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.