בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב.
מזל טוב פאר דיין ניי געבוירענעם מיידל, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מגדל זיין דיינע קינדער און זען פון זיי אידיש נחת, ליכטיגע דורות.
איך בעט דיר זייער זיי זיך קובע צו לערנען פארטאגס; קום אין בית המדרש לערנען, איך וויל זייער אז אלע אינגעלייט זאלן קומען פארטאגס לערנען אין בית המדרש.
נאר דאס בלייבט פונעם מענטש. טראכט אריין, וואס האט מען פונעם לעבן; די גאנצע לעבן איז איין שטיק שוועריקייט, מען ארבעט א גאנצן טאג - פארוואס? פאר וועם? זיך צו קענען אויסהאלטן ביז מען ווערט עלטער און שוין. דעמאלט קען מען שוין נישט ארבעטן, דעמאלט זיצט מען און מען ווארט אז די טאג זאל זיך ענדיגן, אנהייבן און ענדיגן. אבער אז מען לערנט תורה איז דער לעבן א לעבן; ווען מען ווערט עלטער ווערט מען נאר יונגער און פרייליכער, מען האט וואס אהיים צו ברענגען אויף יענע וועלט.
איך בעט דיר זייער, גיי שלאפן פרי; אין שטעטל איז נישטא וואס צו טון ביינאכט, עס איז א מחי', מען קען זיך לייגן נאך מעריב און אויפשטיין פארטאגס לערנען.