בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, בארא פארק
וואויל איז דיר אז דו האסט מחזק געווען דיין ווייב זי זאל זיך שערן אירע האר, וואויל איז דיר אז דו הערסט אויס די קול פון די צדיקים; מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א פרוי וואס שערט זיך אפ אירע האר, דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי זאגט (נשא קכה:): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ', וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי, 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', און זי איז גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא', ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די האר וואס זעט זיך ארויס.
וואויל איז דעם מענטש וואס שטארקט זיין ווייב און אויך די טעכטער ווען זיי האבן חתונה אז זיי זאלן טון די הייליגע זאך, זיך פון קיינעם נישט שעמען, זיך אפשערן די האר, וועט אוועק גענומען ווערן אלע קללות פון זיי. חכמים זכרונם לברכה זאגן (עירובין ק:), איינע פון די קללות וואס חוה איז געשאלטן געווארן ווען זי האט געגעסן פונעם עץ הדעת איז: "מְגַדֶּלֶת שֵׂעָר כְּלִילִית", די האר ברענגט שלעכטס און אלע צרות; וואויל איז דעם מענטש וואס הערט צו לקול הצדיקים, ער פירט זיין שטוב מיט הייליגקייט, ער גייט נישט נאך די וואס מאכן אלעס אוועק און שפעטן פון די ווערטער פון די צדיקים, וועט אים גוט זיין בזה ובבא.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.