בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
"אִם חָכַמְתָּ", אויב ביסטו קלוג, דו לערנסט, דו דאווענסט – "חָכַמְתָּ לָּךְ", ביסטו קלוג פאר דיר, דו וועסט הנאה האבן פון דעם, דו וועסט זוכה זיין צו באקומען לעבן פון דעם. "וְלַצְתָּ", און דער וואס מאכט ליצנות פון די ווערטער פון צדיק – "לְבַדְּךָ תִשָּׂא", וועט ער אליין ליידן (משלי ט, יב); איז נישט כדאי צו האבן צוטון מיט לצים, מיט די וואס שפעטן און מאכן וויכוחים; ענדערש זיץ אין דיין ווינקל מיט א הויפן ספרים, א חומש, א משניות, א גמרא און אזוי ווייטער, און לערנען אין א סדר, קוק נישט אויף קיינעם, און אויך זאלסטו זיך שטילערהייט ארויסכאפן און זיך אויסשמועסען און אויסגיסן דיין הארץ, מען קען זוכה זיין צו וואס דער רבי זאגט אין די מעשה פון די פארלוירענע בת מלך (ספורי מעשיות, מעשה א), דער שני למלכות האט זיך געזעצט אין א ווינקעלע, איז געקומען די פארלוירענע בת מלך צו אים; מען איז זוכה אז די שכינה הקדושה קומט צום מענטש, די שכינה רוט אויף אים.
אז דו גייסט אריבער בלבולים מיט חלישות הדעת וכו' זאלסטו זיך באהאלטן ערגעץ וואו און דאס דערציילן דעם אייבערשטן, שמועס מיטן אייבערשטן אויף דיין שפראך, נאר דאס וועט אוועק נעמען אלע בלבולים און אלע חלישות הדעת, נאר דאס העלפט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.