בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת פנחס, שבעה עשר בתמוז, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי.
איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטענדיג באדאנקען פאר די וואס טוען דיר טובות, אנגעהויבן מיט די מלמדים און טיטשערס פון דיינע קינדער; זיי זיצן טאג איין טאג אויס מיט דיינע קינדער פון אינדערפרי ביז שפעט ביינאכט מיט אזא סבלנות, מיט אזא ווארעמקייט, (אויך ווארעמקייט פון די היצן, עס איז נאך נישט דא קיין עירקאנדישן). אפילו נעכטן אינעם פאסט טאג ווען אלע חדרים און מיידל שולעס האבן נאר געהאט חדר און סקול א האלבע טאג - זענען זיי געזיצן א גאנצן טאג מיט דיינע קינדער; זאלסטו זיי שטענדיג באדאנקען, עס איז די שענסטע זאך ווען מען דאנקט א צווייטן.
אזוי אויך זאלסטו דאנקען די אינגעלייט וואס האבן זיך אוועק געגעבן און געבן זיך אוועק אז מיר זאלן האבן א שיינע שטעטל. די וואך שבת וועלן מיר האבן א כשר'ע מהודר'דיגע עירוב, דאס קומט צו פארדאנקען די מסירות נפש'דיגע אינגעלייט און מסירות נפש'דיגע בחורים וואס האבן לאנגע חדשים געארבעט ביטער שווערע ארבעט אז דער עירוב זאל קענען צושטאנד קומען.
אויך פאר די וואס ארבעטן ביטער שווער פאר'ן בית התבשיל, עס זאל זיין שטענדיג עסן פאר אלע משפחות - זאלסטו זיך שטענדיג באדאנקען, און אזוי אויך פאר אלע וואס העלפן די מוסד און די קהלה זאלסטו זיך באדאנקען.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.