בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת ויקהל פקודי, י"ט אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... מנהל כללי מוסדות היכל הקודש
איך בעט דיר זייער דו זאלסט שטיין על המשמר אז די קאמפיוטערס אינעם מוסד זאל זיין געפילטערט; יעצט זאגט מיר איינער אז די קאמפיוטערס אין סקול זענען נישט געפילטערט זייט מען האט דאס אויסגערייניגט וכו'.
עס טוט מיר זייער וויי אז ביי מיר אין מוסד זאל זיך געפונען א קאמפיוטער וואס מען קען אנקומען אויף דעם צו נישט גוטע זאכן; עס איז א לאו אין די תורה (ויקרא יט, יד): "וְלִפְנֵי עִוֵּר לֹא תִתֵּן מִכְשֹׁל", פאר א בלינדער זאלסטו נישט לייגן קיין זאך וואס ער וועט זיך דורך דעם שטרויכלען; ווי איז דא א גרעסערער מכשול ווי צו געבן פאר א יונגע ווייבל, א סעקרעטערי, א קאמפיוטער צו ארבעטן, וואס דאס קען איר צונעמען איר לעבן, איר מאנ'ס לעבן וכו' וכו'?!
וויסן זאלסטו אז א בעל הבית וואס געבט נישט אכטונג אויף זיין אפיס אז זיינע ארבעטער זאלן זיין אפגעהיטן פון שלעכטס איז הַקוֹלָר תָּלוּי בְּצַוָּארוֹ און אלע שלעכטע זאכן וואס וועט ארויס קומען פון דעם איז אויף זיינע פלייצעס, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין מה.): "לָאו עַכְבְּרָא גַּנָב אֶלָּא חוֹרָא גַּנָב", נישט דער מייז איז דער גנב, נאר אויב עס איז דא לעכער וואו די מייז קענען אריין קומען, זענען די לעכער די גנבים ווייל דורך זיי קומען אריין די מייז; דאס זעלבע זאג איך דיר: "שולדיג זענען נישט די אינגעלייט און ווייבלעך וואס קומען בתמימות ארבעטן אין אפיסעס וכו', שולדיג זענען די בעלי בתים וואס זענען לייכטזיניג וכו', און ווען זיי הערן די שעדליכקייט פון אפיסעס לאכן זיי זיך אויס וכו', זיי זענען די וואס זענען גורם אלע פראבלעמען".
איך בעט דיר נאך איין מאל, לייג ארויף א פילטער אויף די קאמפיוטערס אין די אפיס פון סקול; אויב מען וועט נישט אכטונג געבן אויף דעם מאך איך צו די גאנצע סקול. איך דארף נישט גארנישט וכו'; מען קען נישט אויפשטעלן ערליכע דורות נאר אז מען גייט בדרך התורה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.