בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אין זכות פון "חברה הצלה" וועט משיח קומען
הכרת הטוב, חסד, הצלה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן זארגן פאר מיר א גאנץ שבת, פארן מיר ברענגען עסן, ספרים, א ווערעמע קאווע אינדערפרי. איך בין געווען פארשפארט אין שפיטאל מיט מיין טאכטער, און ווען מען איז מיט א קליין קינד אין שפיטאל קען מען נישט ארויסגיין אפילו פאר א מינוט, איך האב נישט געקענט אראפגיין צום ביקור חולים שטוב, האסט מיך ממש געראטעוועט מיטן מיר ברענגען אלעס.


איך בין מקנא דיין זכות, און אזוי אויך אלע אינגלייט וואס זענען אין "חברה הצלה", וואס לויפן טאג און נאכט פאר אנדערע אידן זיי צו העלפן, בזכות ענק – האט מוהרא"ש געזאגט – וועט משיח צדקינו קומען במהרה בימינו, אמן.