בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר
שטארק זיך מיט דיין עבודת הקודש פון זיין א גבאי צדקה פאר די כולל, ארויסהעלפן אונזער הערליכע כולל וואו עס זיצן אינגעלייט און לערנען בהתמדה רבה – הלכה. דעם זומער וועלן די אינגעלייט זיך פארהערן ביי רבנים און דיינים וואס זיי האבן געלערנט די לעצטע דריי יאר, גאנץ הלכות שבת, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועלן זיי אנהויבן לערנען יורה דעה חלק א'.
יעצט ווען מען האט אפגעטיילט די כולל פון די מנינים קענסטו ווייזן פאר די תומכים פון די פענסטער פון די אלטע שול, זאלן זיי זען די התמדה פון די כולל אינגעלייט און האבן די זכיה צו העלפן די אינגעלייט.
דעם קומענדיגן ראש חודש וועל איך נישט מאכן א סעודה מיט די תומכים וואס העלפן די כולל, היות איך בין אביסל אפגעמאטערט. זונטאג בין איך ארויסגעפארן קיין שטעטל צו די חומש סעודה פון מיין ערשטע און עלצטע אייניקל, נחמן נתן בן בני שלמה, און נעכטן בין איך געווען אין מאנהעטן, איך בין אריבער חקירות ודרישות אויף געלטער פון די מוסד וואס איינער האט געגעבן מיט יארן צוריק, און יענער האט זיך פארפלאנטערט וכו'. מען האט מיך אויסגעפרעגט צוויי שעה, און היינט נעם איך ארויס מיין משפחה אין שטעטל פארן זומער, און מארגן וועל איך זיין אין בית פיגא אויסטיילן פאר אלע תלמידות תעודות, און שפעטער פאר איך צוריק אריין אין שטאט צו א חתונה פון א תלמיד, (איך גיי נישט היינט צו חתונות, אבער די חתונה איז אן אויסנאם, דער חתן האט זיך אוועק געגעבן כמעט צען יאר פאר די מוסד, ער האט געהאלפן מיט די גאנצע הארץ).
דעם קומענדיגן ראש חודש וועט אויך נישט זיין שייך צו זיצן מיט די תומכי הכולל, ווייל ראש חודש מנחם אב געפאלט שבת. אם ירצה ה' חודש אלול קענען מיר מאכן צוויי באזונדערע סעודות ביידע טעג ראש חודש, לויט וויפיל תומכים עס וועלן זיין.
אז דו ווילסט מצליח זיין - זאלסטו אנהויבן דיין טאג גאר פרי, דאווען די ערשטע מנין און הויב אן ארבעטן ווי פריער. נאכמיטאג זאלסטו העלפן אין שטוב.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.