בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זע אכטונג צו געבן אויף די ווען, אויפ'ן רבינ'ס געלט
מוסדות, אידיש געלט, משמש דעם רבי'ן, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן דרייוון די קינדער פון בארא פארק צו חדר אין צו סקול.


זע אכטונג צו געבן אויף די ווען, אויפ'ן רבינ'ס געלט, און אז דו זעסט זאכן וואס מען דארף פאררעכטן – זאלסטו מיר זאגן, איך דארף וויסן אלעס וואס איך קען בעסער מאכן.


דער רבי בלייבט נישט שולדיג, דער רבי באצאלט אויף די וועלט און אויף יענער וועלט.