בעזרת ה' יתברך
יום א' לסדר טהרה, א' דראש חודש אייר, ט"ו לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
זע צו רעדן צו די קינדער פון אמונה בשעת דו טיילסט זיי עסן ביי מיטאג אין חדר; זאלסטו זיי דערציילן מעשיות פון צדיקים, דאס וועט אריין ברענגען אין זיי א חשק אז זיי וועלן אויך וועלן זיין צדיקים.
דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): ווען א איד עסט איז זייער א גרויסע צייט, מען קען זוכה זיין עס זאל ווערן א יחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה, אזוי ווי עס שטייט (רות ב, יד): "לְעֵת הָאֹכֶל גֹּשִׁי הֲלֹם"; דעריבער אז דו ביסט געשטעלט פון די מוסד צו זיין מיט די קינדער בשעת זיי עסן, זאלסטו זען אריין צו לייגן אמונה אין זיי בשעת דו טיילסט זיי דאס עסן, דאס קענסטו טון דורך זיי דערציילן מעשיות פון די הייליגע חכמים און פון צדיקים.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה י:) אברהם אבינו האט מגלה געווען פאר די גאנצע וועלט אז עס איז דא א באשעפער. ער האט אריין גערופן געסט צו זיך אין שטוב און זיי געגעבן צו עסן און צו טרינקען, "לְאַחַר שֶׁאָכְלוּ וְשָׁתוּ עָמְדוּ לְבָרְכוֹ", ווען זיי האבן אפגעגעסן זענען זיי אים געקומען באדאנקען, "אָמַר לָהֶם, וְכִי מִשֶּׁלִּי אַכַלְתֶּם, מִשֶּׁל אֱלֹהֵי עוֹלָם אַכַלְתֶּם!" האט זיי אברהם אבינו געזאגט: מיר דאנקט איר? די עסן איז נישט מיינס, דאס באלאנגט פארן אייבערשטן, "הוֹדוּ וְשִׁבְּחוּ וּבֵרְכוּ לְמִי שֶׁאָמַר וְהָיָה הָעוֹלָם", דאנקט דעם אייבערשטן וואס ער האט אלעס באשאפן; אזוי האט ער אריין געברענגט דעם אייבערשטן אין אלע מענטשן. זעט מען פון דעם אז בשעת מען עסט דעמאלט איז א צייט וואס מען קען אריין ברענגען אמונה אין מענטשן.
דער רבי זאגט (ספר המידות, אות אכילה, חלק ב', סימן ג): "עַל יְדֵי בִּרְכַּת הַמָּזוֹן נִתְוַדַּע הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בָּעוֹלָם", דורך ברכת המזון ווערט דער אייבערשטער באוואוסט אויף דער וועלט; אזוי ווי אברהם אבינו האט געטון. מען הייבט אן פארשטיין אז אלעס איז דער אייבערשטער, ער מאכט אלעס זאל וואקסן און ער איז מהוה די גאנצע וועלט.
ווען מען ענדיגט עסן בענטש מיט זיי; אויך זאלסטו זינגען מיט זיי אין אידיש "שכוח אייבערשטער..." - אויף יעדע פרט וואס מען האט געגעסן. אזוי ווי דער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן רלז) אז ווען ער איז געווען נאך א קליין קינד פלעגט ער דאנקען דעם אייבערשטן אויף יעדן פרט וואס ער האט געגעסן, דער רבי האט געזאגט: "איך האב מיר נישט באגנוגט מיט ברכת המזון"; אזוי זאלסטו טון מיט די קינדער, לייג אריין אין זיי אמונה זיי זאלן וויסן אז דער אייבערשטער איז דא. דער אייבערשטער איז מיט אונז, ביי אונז און נעבן אונז.
שטארק דיר און שטארק דיין ווייב; פארגעס נישט אז עס איז דיין מצוה פרייליך צו מאכן די ווייב, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין לד:): "אִשָּׁה - בַּעְלָהּ מְשַֹמְחָהּ".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.