בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#18 - א פנים פון א ציגעלע
סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, הלכה, עסן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שופטים, כ"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך שיק דיר נאך א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה, געב דאס פאר די חדר און פאר בית פיגא, די מלמדים און טיטשערס זאלן אריינלייגן אין די קינדער דאס גרויסקייט פון צדיקים, און מען קען זיך נישט באהאלטן פונעם אייבערשטן און פון צדיקים, און אז מען פאלגט נישט וואס שטייט אין די תורה שרייבט זיך דאס אויף אויפן שטערן פונעם מענטש, און אלע צדיקים זעען וואס דער מענטש האט געטון בחדרי חדרים.


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד פונעם גאון רבי חיים קנייבסקי זכרונו לברכה ווי בחורים שטייען אין א שורה און ווי איין בחור שטייט מיט א זויערע פנים, און העכער זיין קאפ זאל זיין א פנים פון א ציג.


אלע בחורים גייען מיט דרך ארץ, אלע זענען אנגעטון מיט די הוט און רעקל אזוי ווי עס פאסט, מען גייט ארויף די טרעפ פון די דירה פונעם גרויסן צדיק רבי חיים קנייבסקי זכרונו לברכה, קיינער שטופט זיך נישט, יעדער וויל זוכה זיין צו באקומען א ברכה פונעם צדיק. דער צדיק וויל נישט מבטל זיין פון לערנען תורה, ווינטשט ער יעדן איינעם אין קורצן: "בוהא", דאס איז די ראשי תיבות פון "ברכה והצלחה", אזוי קען ער שנעלער צוריק גיין לערנען די הייליגע תורה.


איין בחור באקומט נישט קיין ברכה, דער צדיק קוקט אוועק און וויל אים נישט ווינטשן, דער בחור פרובירט נאכאמאל אריבער צו גיין, דער צדיק געבט א קוק אויפן בחור און קוקט גלייך אוועק, ער וויל אים נישט בענטשן, די גבאים זאגן: "דער בחור האט נאכנישט באקומען א ברכה", דער צדיק זאגט: "ווי קען איך געבן א ברכה פאר איינעם וואס עסט בשר בחלב? פאר איינער וואס עסט מילכיגס ווען ער איז פליישיג - געב איך נישט קיין ברכה!"


דער בחור האט דערשראקענערהייט מודה געווען און געזאגט: "איך בין זיך מודה אויף די גרויסע עבירה פון עסן מילכיגס ווען איך בין פליישיג, איך האב זייער ליב מילכיגע שאקאלאד און איך קען זיך נישט איינהאלטן, איך עס דאס אויך ווען איך בין פליישיג".


די גבאים פרעגן דעם צדיק: "ווי אזוי האט דער צדיק געוויסט אז דער בחור עסט בשר בחלב?" זאגט דער צדיק: "איך האב געקוקט אויף זיין פנים און איך האב געזען אויף זיין פנים א ציגעלע, און עס שטייט אין די הייליגע זוהר פרשת משפטים (דף קכה ע"ב), אז ווער עס עסט בשר בחלב - ווערט זיין פנים ווי א פנים פון א ציגעלע, מען פארלירט די מענטשליכע פנים".


טייערע קינדער, מיר לערנען זיך פון די מעשה אז מען דארף עסן נאר כשר'ע עסן, און אויך אז מען זאל חס ושלום נישט עסן בשר בחלב, אפילו קיינער זעט נישט, ווייל דער אייבערשטער זעט אלעס, און אויך לערנען מיר זיך פון די מעשה דאס גרויסקייט פון די צדיקים, און אז מען קען זיך נישט באהאלטן פון א צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#17 - אכטונג געבן אז עסן זאל נישט גיין אין מיסט
מוסדות, היטן די צייט, עסן, בל תשחית

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס שטערט מיר אז מען ווארפט אוועק עסן ביי אונז אין די מוסד; איך קען נישט זען ווי עסן גייט אין מיסט.


אפשר קענען די מלמדים און טיטשערס דאס אהיים נעמען? עס זענען דא מלמדים וואס האבן נישט קיין פרוטה, די שטוב איז ליידיג פון עסן, און דא גיסט מען עסן אין מיסט? פארוואס זאלן נישט די מלמדים און לערערינס אהיים נעמען ברויט, מילך וכו'.


איך זאג נאכאמאל, איך בין מסכים צו נעמען די פראגראמען פון די שטאט פאר עסן וכו' - נאר בתנאי אז מען וועט נישט ווארפן עסן אין מיסט, און אויב מען ווארפט עסן אין מיסט - וויל איך מען זאל אפשטעלן די גאנצע לאנטש פראגראם.


אויך אין ישיבה ביי די בחורים זאלסטו אכטונג געבן עסן זאל נישט גיין אין מיסט; געב עס פאר די כולל אינגעלייט, לאז זיי אהיים נעמען די עסן.


גיי שלאפן פרי וועסטו קענען אויפשטיין פרי, וועסטו קענען דאווענען ווי א איד און לערנען, און אויך ווערן א גרויסער עושר; ווייל אז מען גייט שלאפן שפעט - שטייט מען אויף שפעט, קען מען נישט דאווענען ווי א איד, קען מען נישט זיין קיין עושר, מען דארף נאכלויפן א גאנצן טאג - ווי דער רבי זאגט (ספורי מעשיות, מעשה יא) - די בהמות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#16 - איבערנעמען די ישיבה קטנה אין וויליאמסבורג
משמש דעם רבי'ן, ישיבה, חתונה, כשרות, עסן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט איבערנעמען די ישיבה קטנה אין וויליאמסבורג, דו זאלסט זיין מיט די בחורים פון אינדערפרי ביז נאכמיטאג, ווייל איך וויל מאכן די יאר הבא עלינו לטובה אנדערש ווי אלע יארן, איך וועל אם ירצה ה' קומען נאכמיטאג צו מנחה און געבן א שיעור, און דו וועסט זיין פון אינדערפרי ביז נאכמיטאג.


פרעג דיין ווייב אויב זי וויל העלפן די חתונות אין ישיבה, אם ירצה ה' דעם ווינטער וועט זיין א שיינע פאר חתונות און מיר דארפן הילף ביי די פרויען; מאכן די האר, כאפן בילדער, עס זאל נישט קאסטן קיין איין פרוטה פאר ביידע מחותנים; די מצוה פון הכנסת כלה איז זייער א גרויסע מצוה.


בנוגע טרינקען קאוק; מוהרא"ש האט מיר געזאגט איך זאל עס נישט טרינקען, ווייל ער האט געהערט פון רבי משה זכרונו לברכה אז די הכשר איז נישט אויסגעהאלטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#15 - ווארף אוועק דיינע חכמות וואס פירן דיך אין שאול תחתית
עסן, חכמות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מטות מסעי, כ"ב תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך הער פונעם מנהל אז דיינע קינדער הונגערן אין חדר, דו לאזט זיי גארנישט עסן, נאר וואס זיי ברענגען זיך מיט וכו'.


בנוגע וואס טוט זיך ביי דיר אין שטוב - וועל איך נישט אריינרעדן, ווייל דו ביסט דאך קלוגער ווי מיר און קלוגער פון יעדן, דו פארשטייסט אז אלעס איז טריפה און אלעס איז נישט געזונט וכו' וכו', אבער אז דו שיקסט דיינע קינדער צו אונז אין חדר - דארפן זיי עסן וואס די חדר געבט.


דיין זון האט זיך צואוויינט אין חדר, ער זאגט ער איז הונגעריג (ער איז נישט זאט געווארן פון די טרוקענע ברויט פון שטוב), האבן מיר אים געזאגט ער זאל עסן פיינע ווארעמע טשאלנט, זאגט ער: "מיין טאטע לאזט נישט", זאגן מיר אים: "עס איז פארווע, וואס קען זיין שלעכט מיט באנדלעך?" זאגט ער: "מיין טאטע זאגט די כלים האבן בליעות פון פלייש וכו'".


איך בעט דיר זייער, ווארף אוועק דיינע חכמות וואס פירן דיך אין שאול תחתית. געב דיינע קינדער עסן פלייש; עס איז דא ערליכע אפגעהיטענע הכשרים, אויך געב זיי מילכיגס. ווארף אוועק דיינע חכמות המדומות, לאז דיינע קינדער אויסוואקסן ערליכע אידן, פשוט'ע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - יעדע וואך זאלט איר קאכן עפעס ספעציעל לכבוד שבת
שבת קודש, עסן, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


זעט צו קאכן גוטע עסן לכבוד שבת, יעדע וואך זאלט איר קאכן עפעס ספעציעל לכבוד שבת; אפילו איר קענט נעמען די עסן ביי אייער מאמע אדער געשוויסטער - זאלט איר אבער מקפיד זין צו קאכן עפעס גוטע עסן לכבוד שבת, און ביים קאכן און באקן זאלט איר זאגן: "לכבוד שבת קודש", מיט דעם פאררעכט מען אלע עבירות, און אויך חילול שבת. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רעז): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לְהַרְבּוֹת בִּסְעֻדַּת שַׁבָּת, וְהוּא תִּקּוּן לְחִלּוּל שַׁבָּת", עס איז א גרויסע מצוה צו פארמערן צו עסן שבת, און דאס איז א תיקון פאר חילול שבת, "כִּי מֵחִלּוּל שַׁבָּת אִי אֶפְשָׁר לִזָּהֵר כִּי בְּקַל אֶפְשָׁר לְהִכָּשֵׁל בְּחִלּוּל שַׁבָּת חַס וְשָׁלוֹם", ווייל עס איז זייער איינגעשטעלט דאס היטן שבת, מען קען זייער גרינג אראפפאלן אין חילול שבת, "וְהַתִּקּוּן הוּא עַל יְדֵי הָאֲכִילָה שֶׁל שַׁבָּת", און דורך עסן שבת גוטע עסן, מאכן שיינע סעודות - פאררעכט מען חילול שבת.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - זייער געזונט און וויכטיג די מאמע זאל געבן עסן פאר'ן קינד
קינדער, חיזוק פאר פרויען, עסן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געבן צו זייגן פאר די קינדער - איז זייער געזונט און זייער וויכטיג, פארשטייט זיך נאר אויב מען האט די כוחות פאר דעם, מען איז געזונט און שטארק, פיזיש און גייסטיש.


פינקטליך וויפיל, בייטאג, ביינאכט וכו' - דאס האט שוין מיט די כוחות וואס מען פארמאגט; פון איין זייט דארף מען וויסן, א אידישע מאמע איז נישט קיין מאשין, מען דארף האבן כח און מען דארף שלאפן וכו', פון די אנדערע זייט איז זייגן זייער וויכטיג פארן קינד, זייער געזונט פארן קינד אין אלע בחינות, אויך פאר די יראת שמים. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים חלק ב', סימן יב): "הֶחָלָב שֶׁל צַדֶּקֶת הוּא טוֹב לַתִּינוֹק לְיִרְאַת שָׁמַיִם", די מילך וואס דאס קינד זייגט פון א פרוי א צדיקת - העלפט דאס קינד האבן יראת שמים, "וְגַם נוֹתְנוֹת לוֹ מֶמְשָׁלָה בָּעוֹלָם הַזֶּה", און עס מאכט אים זיין חשוב אויף די וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - מען דארף זיך היטן דאס געזונט, עסן געזונט
רפואה, אומאן, עסן, דייעט

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, נחמו, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בעט דיר זייער, געב זיך ווייטער אכטונג אויף דיין געזונט, געב זיך אכטונג וואס דו עסט. עס איז א מצות עשה מדאורייתא (דברים ד, טו): "וְנִשְׁמַרְתֶּם מְאֹד לְנַפְשֹׁתֵיכֶם", מען דארף זיך היטן דאס געזונט, עסן געזונט.


ביסט יונג, יעצט איז די צייט צו אכטונג געבן פון צוקער און פון איבערוואג. הויב אן דעם טאג מיט פרוכט, און נאכמיטאג עס גרינצייג און פראטעין; געענדיגט מיט קעיק, מיט סענדוויטש וכו' וכו'; היט דיין געזונט, דאס איז יעצט די וויכטיגסטע זאך פאר דיר.


מיר פארן שוין צום רבי'ן, מען הויבט אן א נייעם יאר, א נייעם בלעטל; ביים רבי'ן וועלן מיר פועל'ן ישועות ורפואות און אלעס וואס מען דארף.


 

#11 - שמועסט מיט די מיידלעך פון די שיינקייט פון זיין א אידישע איידעלע פרוי
צניעות, חינוך הילדים, עסן, בל תשחית

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת דברים, ראש חודש מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת .. תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז מען קען אויסארבעטן נישט אוועק ווארפן קיין עסן, נאר געבן פאר משפחות - איז דאס זייער א גרויסע מצוה; סיי נישט עובר זיין אויף בל תשחית און סיי העלפן משפחות וואס קענען נישט איינקויפן, זיי לעבן אין דחקות.


די מיידל ... תחי' איז זייער צעקלאפט, איר דארף מען זייער אויפבויען; זי קומט נישט צייטליך נישט ווייל זי וויל נישט, נאר ווייל זי איז זייער צעקלאפט וכו'.


רעדט מיט די מיידלעך, שמועסט מיט זיי - פון דאס שיינקייט פון זיין א אידישע איידעלע פרוי; לייגט אריין אין זיי א ליבשאפט צו איידלקייט, א ליבשאפט צו די תורה און צו גיין אין די וועג פון צדיקים.


בנוגע די מוזיק ווידיאו וואס איר גייט מאכן מיט די מיידלעך, וויל איך אייך בעטן, מאכט זיכער עס זאל זיין אויף אונזערע השקפה; נעמט ווייבלעך וואס זוכן נישט נאכצומאכן די וועלט, נעמט תלמידות וואס זייער קאפ און מח איז 'דער רבי' און 'מוהרא"ש', נישט ווייבלעך וואס האבן שוין געקוקט אזויפיל מאוויס אין לעבן און געהערט אזויפיל נישט אידישע ניגונים וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#10 - ווי אזוי מאכט מען די ספעציעלע זופ?
תפילה והתבודדות, סיפורי צדיקים, עסן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ז' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, בארא פארק


מוהרא"ש דערציילט, אמאל האט דער הייליגער צדיק רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו געזאגט פאר זיין זון, אז ער איז שוין אלט און עס איז אים שווער צו עסן, איין עסן קען ער פארנעמען, עפעס א זופ וואס ער האט אמאל געגעסן ביי עפעס א קרעטשמע. מען האט זיך זייער געוואונדערט, ווי קען זיין אז דער צדיק וואס איז העכער פון געדענקען א טעם פון עסן זאל געדענקען א זופ פון א קרעטשמע...


מען איז שנעל אהין געגאנגען, מען האט געבעטן די ארעמע פרוי אויב זי קען צושטעלן די זופ "טייגל יוהך". נאכן אהערשטעלן די זופ האט מען איר געפרעגט אויב זי וויל אויסזאגן דעם סוד ווי אזוי זי מאכט אזא גוטע זופ, האט די פרוי געזאגט: "איך בין ארעם, איך האב נישט וואס אריינצולייגן אין די זופ, איך שטעל א טאפ, איך לייג אריין וואסער און אביסל שאלאכץ פון מייערן, און איך זאג צום אייבערשטן 'גרויסער גאט, דו האסט אזוי סאך גן עדן אויבן אין הימל, איך בעט דיר, לייג אריין אין די טאפ אביסל טעם גן עדן', דאס איז מיין רעסעפי".


דעמאלט האט מען פארשטאנען וואס דער הייליגער צדיק האט אהין געשיקט און אז ער האט געדענקט פון די זופ און גערעדט פון די זופ; ער האט געוואלט לערנען זיינע קינדער זיי זאלן יעדע זאך בעטן דעם אייבערשטן, און ווי אזוי מען בעט, און וואס מען שפירט נאכן בעטן; מען שפירט א גן עדן לעבן. והבן למעשה.


 

#9 - א קלוגע פרוי שטעלט אויס די שטוב ווירשאפט מיט א סדר
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, אידישע שטוב, עסן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תצא, י"א אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס איר פרעגט, ווען איר זענט אנגעשטרענגט, איר קומט נישט אן צו אייער ארבעט וכו' כו' - אויף וואס זאלט איר צילן זאל געטון ווערן דאס ערשטע; די וויכטיגסטע איז, ווען אייער מאן קומט אהיים - זאל ער האבן וואס אריינצונעמען אין מויל, דאס איז די וויכטיגסטע. איר דארפט נישט צילן אויף פענסי עסן, זיך אנטון די שענסטע אדער די שטוב זאל שפיגלען, ווייל דאס וויכטיגסטע איז אז אייער מאן זאל עסן און זאט ווערן, נאכדעם קען מען אינאיינעם צאמנעמען די שטוב און מען קען אלעס ערלעדיגן.


א קלוגע פרוי שטעלט אויס די שטוב מיט א סדר, מען מאכט זיך גרינג, מען לאזט נישט זאכן אויף די לעצטע מינוט. איידער מען גייט שלאפן טראכט מען שוין פון מארגן; וואס גייט מען עסן מארגן? מען נעמט שוין ארויס פארפרוירענע פלייש וכדומה עס זאל זיין גרייט אינדערפרי צו קענען קאכן.


אזוי אויך מיט'ן ריין מאכן די שטוב; מען ווארט נישט ביז עס זאל אויסקוקן ווי א מלחמה, מען רוימט אביסל דא, אביסל דארט, און אפילו מען גייט האבן אין די קומענדיגע טעג א רוימערקע - לעבט מען נישט מיט הפקירות, מען לאזט נישט די שטוב גיין אויף רעדער מיט'ן חשבון אז שפעטער אין וואך וועט די רוימערקע ריין מאכן.


אזוי אויך מיט די וועש; מען ווארט נישט ביז עס איז שוין נישטא קיין קליידער, מען לעבט מיט יראת שמים, מיט חשבון.


התבודדות קען מען מאכן בשעת מען טוט די ארבעט; ביים קאכן, וואשן און רוימען - קען מען רעדן צום אייבערשטן; אים דאנקען און לויבן און אים בעטן אויף וואס מען דארף.


 אויך איז גוט אנצוצינדן לעבעדיגע ניגונים ביים טון די ארבעט; אזוי גייט אלעס גרינגער, ווייל מיט שמחה גייט אלעס גרינגער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#8 - די ברסלב'ע רעסעפי
תפילות אויף אידיש, מוסדות, הכרת הטוב, עסן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אשריך ואשרי חלקיך אז דו קאכסט פאר די מוסד, דו גרייטסט אן עסן פאר תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא.


דו ווייסט דאך די ברסלב'ע רעסעפי, מיר האבן א ספייס פון תפילה והתבודדות; ווען מען נעמט דעם טאפ שעפשעט מען תפילות:


"הייליגער באשעפער, איך גיי יעצט קאכן, העלף מיר עס זאל זיין א געשמאקע מאלצייט, העלף מיר עס זאל מיר אנקומען גרינג, העלף מיר די קינדער זאלן דאס עסן, זיי זאלן שפירן א געשמאק אין די עסן.


רבונו של עולם, איך דאנק דיר פאר די זכי' צו ארבעטן אין בית המקדש, איך קען צושטעלן עסן פאר צאן קדשים, שיק מיר דיינע מלאכים זאלן מיר העלפן אז די ארבעט זאל מיר אנקומען גרינג, אמן".


דאס איז אונזער רעסעפי, די עסן קומט אויס דעלישעס, עס איז גאר אן אנדערע עסן ווען מען בעט.


יישר כח.

#7 - אז דיין צוקער איז הויך זאלסטו זיך זייער אכטונג געבן
רפואה, סכנה, דאווענען, עסן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


אז דיין צוקער איז הויך זאלסטו זיך זייער אכטונג געבן, פרעג דעם דאקטער וואס דו מעגסט עסן און געב זיך זייער אכטונג. אז מען געבט זיך אכטונג קען מען לעבן אפילו מען ליידט אויף צוקער; חס ושלום אז מען שפילט זיך, מען עסט וואס מען טאר נישט - קען מען פארלירן איברים, מען פארלירט א פוס רחמנא לצלן, און אויך די לעבן ה' ישמרינו.


יעדע מינוט וואס מען היט זיך - איז מען מקיים א מצוה, "וְנִשְׁמַרְתֶּם מְאֹד לְנַפְשֹׁתֵיכֶם" (דברים ד, טו), דער אייבערשטער וויל מען זאל זיך היטן; דיינע קינדער דארפן א טאטע, א געזונטע טאטע.


זיי זיך מקבל נישט צו רעדן ביים דאווענען, עס זאל דיר זיין א זכות פאר א רפואה.

#6 - חיזוק און עצות פאר א אידישע מאמע
קינדער, תפילה והתבודדות, חברים, צניעות, חינוך הילדים, אמונה, שלום בית, ריינקייט, חסידות ברסלב, אידישע שטוב, הדרכות, עסן, סדר היום, טעקסט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך צו הערן אז אייער לעבן האט אויפגעלעבט, די שלום בית איז געווארן הערליך, אייער מאן האט אויפגעלעבט, ער האט צעבראכן זיין כלי; עס איז אזוי גוט ווען מען האט א צדיק, דאס לעבן איז אזוי זיס מיט'ן הייליגן רבי'ן.


בנוגע אייער פראגע וכו'; איר קענט גיין אין שטוב פאר אייער מאן אזוי ווי איר ווילט גיין וכו'. יעצט ווען די קינדער זענען קליין איז זיכער נישט קיין פראבלעם, שפעטער ווען די קינדער ווערן גרעסער איז בעסער זיי נישט צו צעמישן; דעמאלט, נאר פריוואט וכו', גייט מען וכו'.


בנוגע עסן געזונט; איר האט מן הסתם נישט גוט פארשטאנען, מיר מאכן נישט אוועק דאס עסן געזונט, אוואי דארף מען עסן געזונט, מען דארף אכטונג געבן אויף געזונט; מען דארף אבער קענען באלאנסירן די זאך, נישט מאכן אן אמונה פון דעם, מען דארף בעטן דעם אייבערשטן צו וויסן וויפיל אכטונג צו געבן.


בנוגע אז איר קומט נישט אן מיט די שטוב ארבעט, די פיצלעך קינדער האלטן אייך פארנומען א גאנצן טאג, אמאל פלעגט איר האלטן די שטוב זייער מסודר, אבער היינט ווייסט איר נישט וואס צו טון וכו'; וויסן זאלט איר, אזוי איז ביי אלע אידישע הייזער, אנהויב ווען מען האט נאר קליינע פיצלעך קומט מען נישט אן מיט די ארבעט, מיט די צייט, ווען די קינדער וואקסן אונטער - ווערט גרינגער, מען נעמט אריין די קינדער אין די ארבעט.


ביז דערווייל זאלט איר טון אביסל דא, אביסל דארט; טוט נאך א קלייניקייט, נאך א קלייניקייט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי שבת, כ:) ווען עס קומט שבת טאר מען נישט רייניגן דער ערד, מען טאר נישט גיסן וואסער, אבער "אִשָׁה פִּיקַחַת", א קלוגע פרוי, "מֵדִיחָה כּוֹס כַּאן", שווענקט אפ א גלעזל דא, "קְעָרָה כַּאן", א טעלער דארט, "תַּמְחוּי כַּאן", א טאפ דא, "וְנִמְצֵאת מְכַבֶּדֶת אֶת בֵּיתָהּ בְּשַׁבָּת" - ביז די גאנצע שטוב ווערט ריין; דאס איז די חכמה פון א אידישע פרוי, מען מאכט אביסל דא, אביסל דארט - ביז די גאנצע שטוב ווערט מסודר.


בנוגע התבודדות, אייער קאפ פליט אוועק, איר קענט זיך נישט מצמצם זיין וכו'; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ערה) דאס אליינס, דאס וואס מען זיצט גרייט צו רעדן צום אייבערשטן - איז שוין אויך זייער חשוב, אפילו מען קען נישט עפענען דאס מויל.


א גוטע עצה וואלט געווען איר זאלט זיך מאכן א תפילה צעטל, שרייבט ראשי פרקים פון זאכן וואס איר ווילט בעטן, זאכן זיך דורך צו שמועסן, און גייט מיט'ן צעטל זאך נאך זאך, און זייט מרחיב בדיבור, ברייטערט אויס יעדע בקשה.


בנוגע אייער פראגע אויב טעקסט מעסידזש איז א פראבלעם פאר א פרוי; דער ענטפער איז, עס ווענדט זיך אויף וואס מען נוצט טעקסט, אויב מען נוצט עס פאר וויכטיגע זאכן, זיך שרייבן מיט'ן מאן אדער עלטערן - איז דאס נישט קיין פראבלעם, אבער אויב מען זיצט אויף גרופס - איז דאס זייער שעדליך, עס לאזט נישט לעבן, עס לאזט נישט טון די שטוב ארבעט, עס רויבט אוועק די מאמע פון אירע קינדער.

#5 - אנטלויף פון מענטשן וואס רעדן אויף אנדערע
חברים, שידוכים, לשון הרע, עסן, לצנות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, ב' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


געדענק דעם כלל, די אלע וואס בארעדן אנדערע, ווען דו זיצט נישט ביים שמועס - בארעדט מען דיך. ווער נישט צוקאכט ווען דו הערסט לשון הרע אויף דעם און אויף יענעם, די רעדן אויף דיר דאס זעלבע ווען דו הערסט נישט.


אנטלויף פון מענטשן וואס רעדן אויף אנדערע, וואס מאכן ליצנות פון אנדערע. שלמה המלך זאגט (משלי כד, ט): "וְתוֹעֲבַת לְאָדָם לֵץ", דער לץ איז פארמיאוסט ביי אלעמען, ביים אייבערשטן און ביי מענטשן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כג.): "אנשי ירושלים", די ערליכע אידן פון ירושלים, "לא היו נכנסין בסעודה, אלא אם כן יודעין מי מיסב עמהן", האבן זיך נישט געזעצט עסן א סעודה מיט מענטשן וואס זיי האבן נישט געקענט; געווענליך ביים עסן, דעמאלט איז א צייט וואס מען קען רעדן דיבורי אמונה, דיבורי התחזקות, אדער רעדט מען אויף דעם און אויף יענעם; דעריבער האבן זיי אכטונג געגעבן וואו זיי עסן, מיט וועם זיי דרייען זיך.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סב): "דַּע, שֶׁעַל יְדֵי אֲכִילָתָם שֶׁל יִשְׂרָאֵל נַעֲשֶׂה יִחוּד קֻדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא וּשְׁכִינְתֵּהּ אַפִּין בְּאַפִּין", ביים עסן איז א צייט פון יחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה אפין באפין, אזוי ווי עס שטייט (רות ב, יד): "לְעֵת הָאֹכֶל גֹּשִׁי הֲלֹם [...] תִּקְרֻבְתָּא מַלְכָּא בְּמַלְכָּא".


אפילו צווישן אנשי שלומינו זענען דא גרויסע לצים; דארט וואו מען רעדט פון דעם און פון יענעם, דארט וואו מען בארעדט מענטשן - פון דארט אנטלויף!


דער רבי זאגט, מען באקומט א שרעקליכע שטראף, (ספר המדות אות לצנות, סימן א): "עַל יְדֵי לֵיצָנוּת [...] אִשְׁתּוֹ מוֹשֶׁלֶת בּוֹ", די ווייב געוועלטיגט אויף אים; אז דו וועסט גוט קוקן וועסטו זען אז עס איז טאקע אזוי, אלע לצים זענען גרויסע מויל מאכערס אינדרויסן, אין שטוב זענען זיי פארשקלאפט פאר די ווייב, ממש וואס דער רבי זאגט.


פרעג איך דיר, דו דארפסט דאס? דו שטייסט אין שידוכים - זאלסטו אכטונג געבן מיט וועם דו חבר'סט זיך, זוך אויף אנשי שלומינו וואס רעדן נישט פון יענעם.


 

#4 - שלאף און עס, נאר היט די צייט
שלאפן, חינוך הילדים, עבודת השם, סיפורי צדיקים, היטן די צייט, עסן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דעם בחור; דו זיי אים נאר מחזק, זארג נישט פאר וכו'.


בנוגע דיין זון נרו יאיר; דו דארפסט אים מחנך זיין, אים זאגן אז מען רעדט נישט אזוי צו א טאטע, מען זאגט נישט אזוי פאר א מאמע; חינוך איז א שווערע עבודה, אבער עס צאלט זיך אויס, מען זעט הערליכע ערליכע פירות.


בנוגע אויפשטיין וכו'; עס זענען דא מענטשן וואס דארפן מער שלאף, צעברעך זיך נישט מיט דעם. ביים רבי'ן איז געווען א מעשה, דער רבי האט געהאט א תלמיד ר' בער זכרונו לברכה פון מעדוועדיווקע, ער פלעגט זיך זייער מוטשען אויפצושטיין חצות, יעדע נאכט איז ער פארשלאפן - יעדעס מאל מיט אנדערע תירוצים, אבער עס פלעגט אים זייער וויי טון אז ער פארשלאפט זיינע טעג און יארן.


ער איז אויפגעקומען מיט א פלאן, ער האט געדינגען א גוי זאל אים קומען אויפוועקן יעדע נאכט ביי חצות, דער גוי פלעגט קומען צוועלף אזייגער קלאפן אויף זיין פענסטער, ער האט געקלאפט און געקלאפט ביז ר' בער איז אויפגעשטאנען, אבער אזוי ווי ער איז געווען א שוואכער כאראקטער, פלעגט ער נאך זיין זייער מיד, נאכדעם וואס דער גוי האט אים אויפגעוועקט האט ער געטראכט צו זיך 'איך לייג זיך צוריק נאר פאר אפאר מינוט'; פארשטייט זיך אז ער איז געבליבן שלאפן ביזן טאג אריין, אזוי איז געווען נאכט נאך נאכט. ווען ער האט געזען אז די עצה העלפט נישט און ער פארשלאפט יעדע נאכט איז ער געווארן זייער צעבראכן, האט ער געטראכט א צווייטע עצה, ער האט געבעטן דעם גוי ער זאל נישט אוועקגיין פון זיין שטוב ביז ער קומט ארויס. פון דעמאלט און ווייטער, ווען דער גוי איז געקומען קלאפן אים אויפצואוועקן און ר' בער האט אים געזאגט אז ער איז שוין אויף און ער קען שוין אהיים גיין, האט אים דער גוי געזאגט: "איך גיי נישט אוועק ביז דו טוסט זיך אן דיינע קליידער און דו קומסט ארויס - אזוי ווי מיר האבן אפגעשמועסט"; פלעגט ר' בער טאקע אויפשטיין ווייל ער האט נישט געהאט קיין אנדערע ברירה, דער גוי איז נישט אוועק פון דארט ביז ווילאנג ער איז ארויסגעקומען, אבער ער פלעגט האבן שרעקליכע קאפ ווייטאג, ביז ער איז שיעור משוגע געווארן.


ווען ער איז געקומען צום רבי'ן האט ער זיך אויסגעגאסן זיין הארץ, ער האט דערציילט פאר'ן רבי'ן אז ער איז זייער מיד וכו', האט אים דער רבי געזאגט: "שלאף און עס, נאר היט די צייט", שפעטער האט אים דער רבי געזאגט: "דיין חצות וועט זיין דריי אזייגער".


זעט מען פון דעם, אז מען קען נישט נאכמאכן א צווייטן; איינער דארף שלאפן מער און איינער קען שלאפן ווייניגער. פארגעס נישט, דעמאלט איז מען געגאנגען שלאפן פרי, נישט אזוי ווי היינטיגע טעג וואס מען בלייבט אויף ביז שפעט.


דער עיקר זאלסטו אויסנוצן די צייט וואס דו ביסט יא אויף; שלאף וויפיל דו דארפסט און עס וויפיל דו דארפסט, העיקר ווען דו ביסט אויף זאלסטו נישט מסיח דעת זיין פון אייבערשטן, זאלסט לערנען אדער דאווענען אדער טון מצוות און גמילות חסדים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - מ'דארף זייער אכטונג געבן וואו מ'גייט עסן
בחור, כשרות, עסן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת משפטים, כ"ט שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


געב אכטונג וואו דו עסט און וואס דו עסט; בפרט פליישיגס דארף מען זייער אכטונג געבן פון וואס פאר א הכשר מען עסט, ווער זענען די שוחטים און בודקים; מאך זיך א גדר צו עסן נאר גוטע הכשרים.


בכלל וויל איך דיר לערנען, עס איז נישט גוט אז דו עסט אין רעסטאראנט; קודם כל אלס הכשר, אז עס שטייט אידישע אותיות אויפ'ן טיר מיינט נאכנישט אז עס איז בתכלית ההידור, אפילו עס ארבעט דארט אנשי שלומינו מיינט עס גארנישט. צווייטנס, עס ווערט א געוואוינהייט; עס וועט דיר אפקאסטן שווערע געלטער. באלד האסטו חתונה, דו וועסט נישט זיין צופרידן צו זיצן אין שטוב מיט די ווייב, דיין געוואוינהייט פון גיין עסן אינדרויסן וועט דיר אהינציען, עס וועט דיר אריינשלעפן אין חובות, אין אסאך אנדערע פראבלעמען.


ענדערש זאלסטו עסן סיריעל מיט מילך אין שטוב, ווי איידער גיין זוכן גליקן אינדרויסן.

#2 - זיך ארויסדרייען אויף א שיינע וועג
צניעות, רפואה, משפחה, תפלות אויף אידיש, עסן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי ממשיך מיט'ן זאגן תהילים יעדן טאג; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צח) אז תהילים איז א שטעקן אויף וואס מען קען זיך אנלאנען, אזוי ווי א קראנקער מענטש לא עלינו גייט מיט א שטעקן, ער פארלאזט זיך דערויף און דאס טראגט אים און פירט אים וואו ער דארף גיין, אזוי אויך ווען א מענטש זאגט תהילים און פארלאזט זיך אויפ'ן אייבערשטן, איז דאס אים ווי א שטעקן אויף וואס ער קען זיך גוט אנלאנען, מען גייט דורכדעם ארויס פון אלע פראבלעמען.


בנוגע דיינע שוואגערס; מען טאר נישט שמועסן מיט פרעמדע מענער. ענטפערן א שאלה קענסטו, אבער אריין גיין אין א פריינטליכע שמועס איז נישט גוט.


דארפסט נישט אפהאקן, טו עס מיט שכל; אז יענער הייבט אן א פריינטליכע שמועס דריידט מען זיך ארויס מיט חכמה, ביז יענער פארשטייט אליינס אז עס איז נישט דא מיט וועם צו שמועסן. דאס דארף מען טון מיט גרויס חכמה נישט צו מאכן קיין מחלוקת אין די משפחה; אז מען וועט דיר פארהאלטן, מען וועט דיר זאגן דו ביסט צו פרום זאלסטו זיך ארויסדרייען און זאגן: "איך בין שעמעדיג".


עס איז כדאי דו זאלסט לערנען די צווייטע מעשה אין סיפורי מעשיות, די מעשה פונעם מלך און דער קיסר, דארט לערנט אונז דער רבי אויס די וועג ווי אזוי זיך ארויסצודרייען מיט חכמה פון נישט גוטע זאכן, די חכמה פונעם בת קיסר וואס האט אכטונג געגעבן נישט צו האבן צוטון מיט פרעמדע מענער. ווען איינער האט איר געוואלט באצוואונגען חתונה צו האבן האט זי געזאגט: "אודאי וועל איך חתונה האבן מיט דיר, אבער נאר בתנאי אז דו רירסט מיר נישט אן ביז מיר וועלן מאכן די חתונה כדת וכדין", און שטילערהייט איז זי נעלם געווארן; קוק נאך די מעשה.


בנוגע די עסן וואס דו קענסט נישט עסן; מיט תפילה וועסטו אלעס קענען עסן. בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אויף דעם, זאג: "רבונו של עולם, איך דאנק דיר פאר מיין שיינע זיסע הערליכע לעבן, יישר כח אייבערשטער איך בין געזונט, יישר כח אייבערשטער איך האב אלעס אין מיין לעבן.


איך בעט דיר זייער הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קענען עסן די אלע עסן וואס איז נישט גוט פאר מיין קערפער (רעכן אויס אלעס וואס דו קענסט נישט עסן), העלף מיר איך זאל קענען אלעס פארדייען, איך זאל קענען הנאה האבן פון דיין שיינע וועלט.


הייליגער באשעפער, איך ווייס אז אלעס וואס איך טאר נישט עסן איז פאר מיין טובה, עס איז נאר גוט, עס איז בלויז חסדים, איך האב נישט קיין טענות, איך גלייב אז אלעס איז פאר מיין טובה, דאך האסטו אונז געזאגט אין די הייליגע תורה אז מען זאל דאווענען פאר דיר, מען זאל מיט תפילה טוישן אלעס אז מיר זאלן אויך זען דאס גוטס, בעט איך דיר אייבערשטער, דו ביסט א כל יכול, דו מאכסט אלעס, דו טוסט אלעס; מאך א נס אז איך זאל קענען עסן אלעס, איך זאל נישט זיין אויסגעשלאסן פון די עסן און יענע עסן".


אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג, אויך זאלסטו צולייגן אייגענע תפילות פון דיין הארץ - וועסטו זען גרויסע נסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#1 - זע אריינצולייגן יראת שמים אין די קינדער ביים עסן
חינוך הילדים, עסן

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר טהרה, א' דראש חודש אייר, ט"ו לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זע צו רעדן צו די קינדער פון אמונה בשעת דו טיילסט זיי עסן ביי מיטאג אין חדר; זאלסטו זיי דערציילן מעשיות פון צדיקים, דאס וועט אריין ברענגען אין זיי א חשק אז זיי וועלן אויך וועלן זיין צדיקים.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): ווען א איד עסט איז זייער א גרויסע צייט, מען קען זוכה זיין עס זאל ווערן א יחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה, אזוי ווי עס שטייט (רות ב, יד): "לְעֵת הָאֹכֶל גֹּשִׁי הֲלֹם"; דעריבער אז דו ביסט געשטעלט פון די מוסד צו זיין מיט די קינדער בשעת זיי עסן, זאלסטו זען אריין צו לייגן אמונה אין זיי בשעת דו טיילסט זיי דאס עסן, דאס קענסטו טון דורך זיי דערציילן מעשיות פון די הייליגע חכמים און פון צדיקים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה י:) אברהם אבינו האט מגלה געווען פאר די גאנצע וועלט אז עס איז דא א באשעפער. ער האט אריין גערופן געסט צו זיך אין שטוב און זיי געגעבן צו עסן און צו טרינקען, "לְאַחַר שֶׁאָכְלוּ וְשָׁתוּ עָמְדוּ לְבָרְכוֹ", ווען זיי האבן אפגעגעסן זענען זיי אים געקומען באדאנקען, "אָמַר לָהֶם, וְכִי מִשֶּׁלִּי אַכַלְתֶּם, מִשֶּׁל אֱלֹהֵי עוֹלָם אַכַלְתֶּם!"  האט זיי אברהם אבינו געזאגט: מיר דאנקט איר? די עסן איז נישט מיינס, דאס באלאנגט פארן אייבערשטן, "הוֹדוּ וְשִׁבְּחוּ וּבֵרְכוּ לְמִי שֶׁאָמַר וְהָיָה הָעוֹלָם", דאנקט דעם אייבערשטן וואס ער האט אלעס באשאפן; אזוי האט ער אריין געברענגט דעם אייבערשטן אין אלע מענטשן. זעט מען פון דעם אז בשעת מען עסט דעמאלט איז א צייט וואס מען קען אריין ברענגען אמונה אין מענטשן.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות אכילה, חלק ב', סימן ג): "עַל יְדֵי בִּרְכַּת הַמָּזוֹן נִתְוַדַּע הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בָּעוֹלָם", דורך ברכת המזון ווערט דער אייבערשטער באוואוסט אויף דער וועלט; אזוי ווי אברהם אבינו האט געטון. מען הייבט אן פארשטיין אז אלעס איז דער אייבערשטער, ער מאכט אלעס זאל וואקסן און ער איז מהוה די גאנצע וועלט.


ווען מען ענדיגט עסן בענטש מיט זיי; אויך זאלסטו זינגען מיט זיי אין אידיש "שכוח אייבערשטער..." - אויף יעדע פרט וואס מען האט געגעסן. אזוי ווי דער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן רלז) אז ווען ער איז געווען נאך א קליין קינד פלעגט ער דאנקען דעם אייבערשטן אויף יעדן פרט וואס ער האט געגעסן, דער רבי האט געזאגט: "איך האב מיר נישט באגנוגט מיט ברכת המזון"; אזוי זאלסטו טון מיט די קינדער, לייג אריין אין זיי אמונה זיי זאלן וויסן אז דער אייבערשטער איז דא. דער אייבערשטער איז מיט אונז, ביי אונז און נעבן אונז.


שטארק דיר און שטארק דיין ווייב; פארגעס נישט אז עס איז דיין מצוה פרייליך צו מאכן די ווייב, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין לד:): "אִשָּׁה - בַּעְלָהּ מְשַֹמְחָהּ".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.