בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זע צו לערנען יעדן טאג הלכה מיט די תפילין נאכן דאווענען
שיעורים כסדרן, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נח, ב' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך געב דיר א מתנה א סעט שלחן ערוך הקטנים, מחבר רמ"א. זע צו לערנען יעדן טאג מיט די תפילין נאכן דאווענען - אן הלכה, דער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל לערנען יעדן טאג אן הלכה (שיחות הר"ן, סימן כט).


שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פונעם הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), עולמך תראה בחייך!