בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#42 - א הערליכע זומער געווען אין קרית ברסלב
מוסדות, שטעטל, סדר דרך הלימוד, שיעורים כסדרן, זומער

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שופטים, כ"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אודה ה', איך דאנק דעם אייבערשטן פאר די הערליכע זומער וואס מיר האבן פארברענגט אין קרית ברסלב, אזא שיינע זומער מיט אנשי שלומינו האב איך נאכנישט געהאט, יעדע מינוט האב איך זיך מחי' געווען. די שטעטל איז אזא שיינע פלאץ, מען שפירט דא אויר הזך והנח, א לויטערקייט, איך האב אזוי געוואלט שוין דא בלייבן וואוינען מיט אנשי שלומינו, איך האב שוין אזוי ארויסגעקוקט אז יעצט נאכן זומער וועל איך שוין בלייבן דא.


יעדע פרט פון די שטעטל איז הערליך שיין, אנגעהויבן מיט די חדר; די ריינע אמונה וואס די מלמדים לייגן אריין אין די קינדער, און די ליבשאפט וואס די גאנצע שטאב געבט פאר יעדן איינציגסטן קינד, און די בית פיגא; פול מיט הארץ, פול מיט ווארעמקייט, אזוי ווי א מאמע געבט פאר די קינדער. די ישיבה, די כולל, די אינגעלייט, בעלי בתים מיט אזויפיל יראת שמים וכו' וכו', וואס מען קען נישט אלץ אויסרעכענען אויפן פאפיר.


איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט זיך צוריק באנייען מיט דיינע שיעורים, לערנען יעדן טאג מקרא, משנה, גמרא, הלכה ואגדה; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "טוֹב לִלְמֹד בִּמְהִירוּת וְלִבְלִי לְדַקְדֵּק הַרְבֵּה בְּלִמּוּדוֹ, רַק לִלְמֹד בִּפְשִׁיטוּת בִּזְרִיזוּת וְלִבְלִי לְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ הַרְבֵּה בִּשְׁעַת לִמּוּדוֹ מֵעִנְיָן לְעִנְיָן, רַק יִרְאֶה לְהָבִין הַדָּבָר בִּפְשִׁיטוּת בִּמְקוֹמוֹ", עס איז גוט מען זאל זיך צוגעוואוינען לערנען שנעל און נישט מדקדק זיין צופיל בשעת מען לערנט, נאר זען צו פארשטיין דעם פשטות הפשט, "וְאִם לִפְעָמִים אֵינוֹ יָכוֹל לְהָבִין דָּבָר אֶחָד, אַל יַעֲמֹד הַרְבֵּה שָׁם וְיַנִּיחַ אוֹתוֹ הָעִנְיָן וְיִלְמַד יוֹתֵר לְהַלָּן", און אויב מען פארשטייט נישט זאל מען נישט פארברענגען אסאך צייט אויף דעם ענין, ענדערש זאל מען גיין ווייטער, "וְעַל פִּי הָרֹב יֵדַע אַחַר כָּךְ מִמֵּילָא מַה שֶּׁלֹּא הָיָה מֵבִין בִּתְחִלָּה, כְּשֶׁיִּלְמַד כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת לְהַלָּן יוֹתֵר", און אז מען לערנט אסאך וועט מען שפעטער פארשטיין וואס מען האט פריער נישט אזוי גוט פארשטאנען.


דער רבי זאגט דארט ווייטער: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט - זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליין - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליין פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ, מַה בְּכָךְ", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל - איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


רבי נתן זאגט דארט: "וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה, וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין.


ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'.


"אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל, בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ וּמִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אבער אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; ער וועט לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך, אלע מדרשים, און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט, אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה. עיין שם.


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן אבער איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#41 - הלכות און מנהגים פון תשעה באב
מנהגים, שיעורים כסדרן, הלכה, תשעה באב

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קומענדיגע וואך מאנטאג, ערב ט' באב נאכמיטאג - עסט מען נאכטמאל, נאכדעם דאווענט מען מנחה און מען גייט אהיים עסן די סעודת המפסקת.


ערב ט' באב ווען מען עסט די לעצטע סעודה, די סעודת המפסקת - טאר מען נישט עסן ביי די סעודה מער ווי איין תבשיל; מיר פירן זיך צו עסן א הארטע איי, מיט א שטיקל ברויט איינגעטינקען אין אש.


די סעודה עסט מען זיצנדיג אויף דער ערד אדער אויף א קליין בענקל אונטער דריי טפחים.


מען זאגט פאר די קינדער אז דאס טוען מיר צוליב וואס מיר טרויערן אז מיר זענען שוין אזוי לאנג אין גלות, מיר זענען פארטריבן צווישן די פעלקער.


ביי די זמן וואס מען הויבט אן פאסטן - טוט מען זיך אויס די שיך, ווייל ט' באב טאר מען נישט גיין מיט שיך. אויך דארפן זיך מאן און ווייב דערווייטערן וכו'. אויך טאר מען זיך נישט שמירן דעם גוף און נישט די פנים. אויך איז אסור אין ט' באב זיך צו באדן, אפילו קינדער באדט מען נישט, און אפילו די הענט וואשט מען נאר ביז די עק פינגער. אויך די פנים וואשט מען נישט, און די שמוץ ביי די אויגן מעג מען אראפנעמען מיט פייכטע הענט.


מאנטאג נאכט וועלן מיר זיך אלע אוועק זעצן אויף דער ערד און זאגן מגילת איכה, מיר וועלן אלע וויינען אויף דעם ביטערן גלות, אויך ט' באב אינדערפרי נאך קריאת התורה זאגן מיר מגילת איכה, מיר זיצן אויף דער ערד, מיר קלאגן אויפן חורבן בית המקדש.


ט' באב ביינאכט פאסטן אלע, אפילו קינדער, אלע טרויערן אויפן גלות. די טאטע גייט אין שול און נעמט מיט די קינדער וואס קענען מיט זאגן איכה, די קליינע קינדער לייגט מען שלאפן, און די מאמע זיצט מיט די טעכטער אויף דער ערד, די טעכטער וואס פארשטייען שוין וואס מען רעדט, און מען דערציילט מגילת איכה.


אינדערפרי קענען קינדער עסן, אבער נישט קיין נאש; מען לערנט אויס די קינדער אז אלע דארפן טרויערן אויפן חורבן בית המקדש.


אויך מיידלעך פון די צוועלף יאר, אויך ווייבלעך - אלע פאסטן; אויב איז מען אין די חדשים וואס מען ווארט, אדער אין די חדשים וואס מען זייגט - זאל מען פרעגן א רב אויב מען דארף פאסטן.


ט' באב, ווער עס שלאפט געווענליך מיט צוויי קישנס שלאפט מיט איין קישן, און ווער עס שלאפט מיט איין קישן שלאפט אן קיין קישן.


ט' באב גריסט מען זיך נישט ביז חצות היום, און פאר די עם הארצים וואס ווייסן נישט די הלכה, און אז מען וועט זיי נישט צוריק גריסן וועלן זיי זיך באליידיגן און עס וועט ווערן א מחלוקת - זיי מעג מען צוריק גריסן אונטער די נאז.


ט' באב לערנט מען נישט ווייל מען דארף טרויערן, און לערנען תורה מאכט פרייליך. נאכמיטאג נאך מנחה קען מען לערנען שיעורים כסדרן וואס מען לערנט יעדן טאג, ווי ח"י פרקים משניות, יום תהלים, וכדומה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#40 - אן אפקומעניש צו האבן צוטון מיט בעלי מרה שחורה
חסד, שיעורים כסדרן, יאוש, תפיסה, מרה שחורה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט פארוואס נאכן ליל שישי שיעור האב איך זיך אוועק געדרייט די פנים און איך בין נישט צוגעגאנגען צו דיר וכו'; איך וועל דיר זאגן פארוואס, איך האב זיך דערשראקן פון דיין עצבות און מרה שחורה, איך קען דאס נישט סובל זיין; מיר איז ממש אן אפקומעניש צו האבן מיט בעלי מרה שחורה.


עס איז מיר א וואונדער אז נאכן אזויפיל הערן דעם הייליגן רבינ'ס קול ווי דער רבי האט געשריגן (שיחות הר"ן, סימן קנג; ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח): "געוואלד, זייט אייך נישט מייאש" - זאלסטו נאכאלץ ליגן אין אזא עצבות, און זיין אזוי מרה שחורה'דיג?! בייג צו דיינע אויערן צום געשריי פון רבי'ן, רבי נתן זאגט (שם): "דער רבי האט דאס געשריגן מיט זיין גאנצע כח, ער האט געשריגן מעומק הלב 'גִּיוַואלְד, זַייט אַייךְ נִישְׁט מְיַיאֵשׁ, קֵיין יֵאוּשׁ אִיז גָארְנִישְׁט פַארְהַאנֶען'", עס איז נישטא אזא זאך ווי יאוש, פון יעדע פראבלעם קען מען ארויסקריכן, און אין יעדע פראבלעם איז דא הרחבה. אזוי ווי דער רבי איז מגלה א סוד ווי מען קען אריבערגיין שווערע מצבים, די סוד פון "בצר, הרחבת לי"; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצה): "אִם יִסְתַּכֵּל הָאָדָם עַל חַסְדֵּי ה'", אויב מען וועט קוקן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט; "יִרְאֶה, שֶׁאֲפִלּוּ בְּעֵת שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מֵצֵר לוֹ", אפילו ווען ער האט שווערע טעג, "גַּם בְּהַצָּרָה בְּעַצְמָהּ הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מַרְחִיב לוֹ וּמַגְדִּיל חַסְדּוֹ עִמּוֹ", זאל ער גוט קוקן, וועט ער זען אז אין די צרה מאכט אים דער אייבערשטער גוט.


נעכטן בין איך געווען באזוכן א איד אין תפיסה, איך האב געטראכט פון דיר, ווי דו ביסט א פרייער מענטש; דו גייסט, דו קומסט, דו לעבסט, און נאכאלץ ביסטו נישט פרייליך, און אין תפיסה, דער איד וועם איך האב באזוכט - האט נאר געשמייכלט און נאר גערעדט דיבורי אמונה, נאר גערעדט פונעם אייבערשטן.


א שאד דו גייסט נישט אין תפיסה, וועסט צוויי מאל פארדינען; איינס דו וועסט מחי' זיין א איד, די גרעסטע זאך צו וואס מען קען צוקומען איז צו מחי' זיין א איד, מוהרא"ש זאגט נאך פונעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו: "עס לוינט א נשמה זאל אראפקומען און ליידן זיבעציג יאר, אבי צו קענען א טובה טון א איד", אז מען קומט באזוכן די ארעסטאנטן געבט מען זיי פשוט לעבן, מען איז זיי אזוי מחי'; נאכמער וועט דאס דיר העלפן - זאלסט ארויסגיין פון די עצבות און מרה שחורה, אנהויבן זיין דאנקבאר דעם אייבערשטן פאר די חסדים וואס ער טוט מיט דיר און נישט קוקן אויף אלעס שווארץ.


וואס פעלט דיר אין לעבן? אלס בחור האסטו געוויינט ווילסט א שידוך, געלויבט דעם אייבערשטן האסט חתונה געהאט, האסט א טייערע ווייב, יעצט זארגסטו וואס גייט זיין אין צוואנציג יאר ארום ווען דיינע קינדער גייען זיין מאדערנע קינדער... זאג מיר, דו האסט נישט וואס צו טון? דו זארגסט פאר צוואנציג יאר ארום, ביז אהין פעלט דיר גארנישט, איז וואו איז דיין שמייכל? דו ביסט געזונט, דיין ווייב איז געזונט - וואס נאך ווילסטו?!


איך מיין דו דארפסט צוריק אנהויבן לערנען דיינע שיעורים כסדרן, אכצן פרקים משניות, אנהויבן צוריק בלעטערן די גמרא; אנשטאט זיצן אויפן טעבלעט און קוקן און קוקן, און גארנישט באקומען, נאר עצבות ומרה שחורה.


ברודער, באנוץ זיך מיט די עצות פון רבי'ן, לאז אפ די מאוויס, קליפס; בלעטער די תהלים, בלעטער די ליקוטי מוהר"ן - וועסטו ארויסגיין פון דיין עצבות ומרה שחורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#39 - זאג יעדן טאג כאטשיג אכצן פרקים משניות
משניות, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן, בעיקר זאלסטו זיין שטארק אין לערנען משניות, זאג יעדן טאג כאטשיג אכצן פרקים משניות; קענסט זיך נישט פארשטעלן די גרויסע סגולות וואס ליגט אין משניות, עס נעמט ארויס דעם מענטש פון אלע קליפות און פון אלע טומאות.


מוהרא"ש זאגט, ער האט מקובל פון אנשי שלומינו, דאס וואס דער רבי זאגט אין שיחות הר"ן (סימן יט) אז ווער עס וועט לערנען יעדן טאג כך וכך אפילו ער זינקט אין די טומאה, ער טוט עבירות - וועט ער ווערן אן ערליכער איד, זאגט מוהרא"ש, דאס מיינט מען ח"י פרקים משניות, אויף דעם זאגט דער רבי (שם): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך - וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


איך וויל האבן א קשר מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#38 - א הערליכע שבת שקלים מיט אנשי שלומינו
חינוך הילדים, אמונה, צדיקים, שטעטל, שיעורים כסדרן, דאווענען, קשיות, גבאי, התבודדות, שבת שקלים

 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פקודי, ב' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דעם פארגאנגענעם שבת פרשת ויקהל בין איך געווען אין שטעטל קרית ברסלב, עס איז געווען אויסנאם שיין, איך האב זייער הנאה געהאט צו פארברענגען מיט אנשי שלומינו, אלע זענען דארט פרייליך, מען לעבט מיט די עצות פון רבי'ן.


פרייטאג צו נאכטס האב איך געדאווענט אין בית המדרש פעולת הצדיק, עס איז געווען זייער שיין צו דאווענען דארט, מען דאווענט מיט א חיות און א געשמאק, די עלטערן זיצן מיט די קינדער, מען איז נישט פויל, מען איז מחנך די קינדער צו דאווענען. איך האב געזען די עלטערן ברענגען זיך מיט גוטע זאכן, קענדיס - פאר די קינדער, מיט דעם ציען זיי אן די קינדער זאלן וועלן בלייבן זיצן נעבן זיי און מיט דאווענען.


נאכן דאווענען האבן מיר געטאנצן "סימן טוב" פאר די בר מצוה פון א בחור וואס די משפחה קומט פון אומן; ביי די מלחמה זענען זיי אנטלאפן פון אומאן קיין שטעטל קרית ברסלב. איך האב געזאגט דעם בחור עס זאל אים נישט וויי טון אז ער איז נישט אין אומאן, יעצט איז ער ביים רבי'ן אליין; ווייל דארט וואו מען רעדט פון רבי'ן - דארט געפינט זיך דער רבי. מיר האבן גערעדט אז דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן קצז; ריז): "אין אומאן איז גוט צו ליגן"; דער רבי האט נישט געזאגט מען זאל דארט וואוינען, וואוינען דארף מען אין א פלאץ וואו עס איז דא אן ערליכע חדר פאר די אינגלעך, אן ערליכע שולע פאר די מיידלעך, און א שול וואו מען קען זיך צאמקומען רעדן פון רבינ'ס עצות.


די גבאים האבן מיר געבעטן צו רעדן אפאר ווערטער נאכן דאווענען; גבאים דארף מען פאלגן, אז א גבאי שיקט צו צום עמוד דארף מען צוגיין, אז א גבאי זאגט זיין שטיל דארף מען זיין שטיל; די הצלחה פון א שול איז - אז מען האט דרך ארץ פאר די גבאים, עס איז דא א משמעת; האב איך אויך געפאלגט און גערעדט אפאר ווערטער פון דאס גרויסקייט פון דעם שבת - שקלים, אז מען קען זוכה זיין צו באקומען א גראדן קאפ, אן אויפגעהויבענעם קאפ. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן אז דעם שבת קומט משה רבינו "וזוקף ראשן של ישראל" (תנחומא כי תשא, ג), מיר האבן זיך מחזק געווען מען זאל רעדן צום אייבערשטן, בעטן אין די אייגענע שפראך מען זאל זוכה זיין צו א ריינע מח מחשבה.


נאכן דאווענען - אויפן וועג אהיים - האבן מיר געשמועסט שיינע זאכן פון רבי'ן, פון מוהרא"ש. עס איז א מהלך פון בערך א שעה, אבער מען האט נישט געשפירט ווי מען גייט א לאנגע וועג, ווייל ווען מען רעדט פון רבי'ן איז אזוי געשמאק. איך געדענק, מיר פלעגן גיין צו מוהרא"ש געוויסע שבתים, מיר האבן אריין געוואקט פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק, א וועג פון צוויי שעה, עס איז געווען פון די געשמאקסטע צייטן, די גאנצע וועג האבן מיר גערעדט פון רבי'ן און פון די עצות פון רבי'ן, מען האט נישט געשפירט ווי מען גייט א ווייטע וועג.


שבת אינדערפרי האבן מיר געלערנט סידור עת רצון, די שטיקל פון "מצות אהבת ישראל", מקבל זיין פארן דאווענען די מצוה פון "ואהבת לרעך כמוך". מוהרא"ש זאגט דארט, ווען מען האט א פיינט, מען האט צוטון מיט אנדערע - גייט די גאנצע דאווענען אוועק מיט טראכטן פון דעם פיינט און פון די מענטשן מיט וועם מען האט צו טון, אבער ווען מען איז מקבל די מצוה פון 'ואהבת לרעך כמוך', מען האט ליב יעדן איינעם, עס גייט גארנישט אן, עס גייט נישט אן קיין זאכן פון אנדערע, מען ווייסט 'אלעס איז דער אייבערשטער, ער איז ממלא כל עלמין און ער איז סובב כל עלמין, עס איז נישטא קיין מציאות מבלעדיך כלל, און אין יעדע תנועה איז ער, דומם צומח חי מדבר - אלעס איז ער אליין' - דעמאלט קען מען דאווענען.


איך האב אויסגעפרעגט אנשי שלומינו ווער עס האט שוין אמאל געלערנט דעם סידור עת רצון, קינער האט נישט געלערנט דעם סידור, אינטערעסאנט, מען איז עוסק אין הפצה, און פאר זיך אליין לערנט מען נישט די ספרים, אפשר זאל מען רופן די מפיצים אין שטעטל, זיי זאלן קומען מפיץ זיין פאר אנשי שלומינו דעם סידור, עס איז פון די שענסטע ספרים וואס מוהרא"ש האט אונז געשריבן; אז מען לערנט די סידור איז ביטול הבחירה, מען ווערט צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


אויך האבן מיר געלערנט די שטיקל פון "כניסה לבית הכנסת", פון קומען אין שול מיט דרך ארץ; מיר האבן געלערנט וואס מוהרא"ש שרייבט, כמעט אלע השגות פון אריז"ל האט ער זוכה געווען פון קומען אין שול מיט א ציטער און א דרך ארץ, עיין שם.


דאס דאווענען איז געווען זייער שיין און ווארעם, די מלמדים האבן גענומען די קינדער נעבן דעם בעל תפילה און צוזאמען געזינגען די הערליכע שטיקליך פון "אור פניך עלינו אדון נשא", עס איז געווען אזוי שיין, עס האט געעפנט די הארץ זיך צו קענען אויסגיסן צום אייבערשטן און בעטן: "'אור פנים עלינו אדון נשא', הייליגער באשעפער, העלף מיר זאלן שוין זוכה זיין צו לעבן מיט דיר, טראכטן נאר פון דיר, רעדן פון דיר און נאר דיך זען'.


וואס זאל איך דיר זאגן, אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען איז זיך מתבודד, מען רעדט צום אייבערשטן אין די אייגענע שפראך - איז די גאנצע דאווענען אנדערש, מען פלעכט אריין אינעם דאווענען אייגענע תפילות, ווערט די גאנצע דאווענען א שטיק התבודדות.


שבת אינדערפרי בין איך געגאנגען אין פעלד שפאצירן, עס איז געווען א שיינע וועטער, נישט צו קאלט, עס איז געווען א מחי'. איך האב געשפירט טעם גן עדן, דאס איז נישטא אין שטאט; אין שטאט גייט מען אויך שפאצירן, אבער די שפאצירן אין שטעטל אין פעלד - איז גאר אנדערש; וואויל איז דער וואס לעבט מיט דעם, וואויל איז דער וואס לאזט זיך נישט נארן.


נאכן דאווענען ביי ספורי מעשיות האבן מיר געלערנט פון די מעשה פון די חגר (ספורי מעשיות, מעשה ג), אז די שדים האבן צוגענומען די כח פונעם קעניג, האבן מיר גערעדט אז די כח דאס איז די מח, ווייל ווי לאנג דער מענטש לעבט מיט אמונה האט ער כח פאר אלעס, און ווען מען פארלירט די אמונה - פארלירט מען די כח.


אויך האבן מיר גערעדט, דער רבי זאגט אין די מעשה אז דער חבר האט געזאגט פאר די טאטע און מאמע פון די שדים אז "מיין משפחה נאמען האבן זיי נישט געקענט, דעריבער האבן זיי מיר נישט געקענט מזיק זיין, אבער דיין זונ'ס נאמען האבן זיי געקענט - האבן זיי אים גענומען און מען פייניקט אים"; דא איז מרומז די זאך פון מאכן אן עסק פון זיך און פון די משפחה, די וואס זענען בטל צום אייבערשטן - קען מען גארנישט טון.


דאנערשטאג נאכט איז געווען די וועכנטליכע שיעור אין סטעטן איילאנד, עס איז זייער א שיינע ווינקל דארט, זייער א שיינע חבורה פון אנשי שלומינו.


מוצאי שבת איז געווען א שיינע מלוה מלכה מיט א סעודת ראש חודש, מיר האבן גערעדט אז מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל בלייבן מקושר צום צדיק, בלייבן ביים רבי'ן. דער רבי האט דערציילט, ער איז געווען ביי א חתונה און דער בדחן האט זיך פארשטעלט ווי אן אדמו"ר; געמאכט תנועות, געפראוועט, און ער איז ארויס און צוריק געקומען אנגעטון ווי א גלח, און דער גאנצער עולם האט געלאכט; האט דער רבי געזאגט: "אט איז מען א מלאך און אט איז מען א גלח"; האבן מיר גערעדט פון דעם ווי שטארק מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל בלייבן מיט די געפיל צום רבי'ן, אט ברענט מען, מען שפירט אלע טעמים פון התקרבות לצדיק וואס מאכט דיך בענקען צום אייבערשטן, און אט פאלט מען אראפ, מען ווערט א חסיד שנפל, וואס איז אזוי שלעכט - גרוע ממשומד, מען קילט זיך אפ, מען ווערט קלוג, מען פארשטייט בעסער פון רבי'ן, רחמנא לצלן.


דער רבי ברענגט דעם מענטש צו אזעלכע שיינע זאכן, און דאך איז די בחירה אזוי גרויס; נאכן באקומען פון רבי'ן א וועג צו לערנען, א וועג צו ווערן נאנט צום אייבערשטן און א וועג ווי צו לעבן מיט די ווייב - פלוצלונג ווערט מען קלוג און מען הויבט אן טראכטן 'וואס דארף איך דאס אלעס? וואס איז שלעכט אן דעם?' מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם.


נאכן דרשה איז געווען א שיינע מעמד, די קינדער זענען געקומען מיט זייערע אוצרות, אלע האבן געזאגט זייערע סיומים, א תענוג ונחת צו זען די קינדער ווי אלע האבן שיעורים אין משניות און גמרא.


איך וויל דיך בעטן זאלסט זיך אויפפרישן, זאלסט צוריק אנהויבן דיינע שיעורים, זאלסט אפלאזן די צאמקומען פון חברים וואס מען רעדט פאליטיק און מען טרינקט לחיים, נעם צוריק די עכטע חברים, די הייליגע ספרים; די משניות, גמרא, מדרש, ספרי רבינו; די חברים וועלן דיך ברענגען צו די העכסטע מדריגות.


אם ירצה ה' די וואך שבת און אזוי אויך די קומענדיגע וואך שבת, אויך פורים און שושן פורים וועל איך זיין אין וויליאמסבורג.


פורים, זונטאג פארנאכטס וועט זיין א סעודה אין ישיבה, אזוי אויך שושן פורים נאכמיטאג וועט זיין א סעודה אין ישיבה.


מיר האבן א רבי מיט גוטע עצות, מיר דארפן איין זאך, מיר דארפן פאלגן דעם רבי'ן, מיר דארפן אוועק לייגן די אייגענע שכל און טון וואס די הייליגע צדיקים זאגן אונז.


א פרייליכן חודש.


 

#37 - ענדערש מאכן די האטליין ווי לערנען דיינע שיעורים
הפצה, שיעורים כסדרן, האטליין

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ט אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש.


וואס איז בכלל די פראגע? אוודאי און אוודאי זאלסטו ענדערש מאכן די האטליין ווי לערנען דיינע שיעורים; ווייל וויפיל פרקים משניות און דפים גמרא קענסטו לערנען אין איין שעה? מען קען נישט לערנען מער וויפיל מען קען אנקומען אין א שעה, אבער אז דו וועסט ארויפלייגן די שיעורים אויפן האטליין "קול ברסלב", וועלן אסאך מענטשן באקומען חיזוק און אנהויבן לערנען, וועסטו האבן אין איין שעה הונדערטער פרקים משניות און הונדערטער בלעטער גמרא אין איין שעה.


דאס איז וואס די הייליגע חכמים זאגן (ירושלמי ברכות ה', א): "העוסק בצורכי ציבור", ווער עס העלפט אנדערע, "כעוסק בדברי תורה", איז דאס גערעכנט ווי לערנען תורה; ווייל אז מען איז מחזק אנדערע מיט די עצות פון רבי'ן, מען בלאזט אריין א חיות אין אידישע קינדער, מען ברענגט אריין סדר דרך הלימוד אין די וועלט – לערנען אלע.


זע ארויפצולייגן יעדע וואך אויפן טעלעפאן די שיעורים פאר מלמדים און טיטשערס, אויך די וועכנטליכע פרויען שיעור, ווייל הונדערטער און טויזנטער ווארטן ספעציעל אויף די שיעורים, און אז די מלמדים, טיטשערס און מאמעס – וועלן לעבן מיט די הקדמות פון רבי'ן, וועלן אלע קינדער פון די קומענדיגע דור לעבן מיט אמונה, מיט קדושה וכו', און משיח קומט.

#36 - דו ביסט רייך, ביסט נישט קיין רחמנות
משניות, שיעורים כסדרן, געלט, פאליטיק

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


איך בין אזוי פרייליך צו הערן אז דו לערנסט יעדן טאג דיינע שיעורים כסדרן בכל חלקי התורה, על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, צו לערנען כסדרן אפילו אן פארשטיין (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), דו לערנסט משניות און דו האסט שוין זוכה געווען צו מסיים זיין די דרייצנטע מאל גאנץ ששה סדרי משנה; וואויל איז דיר, וואויל איז דיין חלק בזה ובבא.


וואס וויינסטו אז דו ביסט געדרוקט, דו ביסט דאך רייך, דו ביסט אן עושר, דאס איז אמת'ע עשירות. די הייליגע חכמים זאגן (שבת קכ.) אויפן פסוק (ישעיה ג, ז): "'וּבְבֵיתִי אֵין לֶחֶם וְאֵין שִׂמְלָה', זֶה שֶׁאֵין בְּיָדִי לֹא מִקְרָא וְלֹא מִשְׁנָה וְלֹא תַּלְמוּד", ווער איז ארעם? ווער האט גארנישט? איינער וואס רעדט פאליטיק, איינער וואס קאכט זיך וועןג מחלוקות צווישן קהילות, חסידות, אן תורה, אן משניות, דער איז ארעם; דו ביסט רייך, דו ביסט גליקליך.


ברודער, טאנץ א טענצל "אשרינו מה טוב חלקינו שזכינו להתקרב לרבינו"; דו ביסט רייך און דו ביסט שוין נישט קיין רחמנות, א רחמנות איז א נשמה וואס קומט ארויף נאקעט אן ענדיגן אפילו איין מאל ששה סדרי משנה.


 

#35 - נאר אז מען לערנט תורה איז מען פרייליך און צופרידן
שמחה, לימוד התורה, שיעורים כסדרן, סיפוק, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, ז' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב גאר גוטע זכרונות פון דיר אין ישיבה, ווי דו לערנסט דיינע שיעורים; חומש איינגעטיילט אויף די וואך, משניות און תהילים.


איך האף צום אייבערשטן אז דו האלסט אן דאס לערנען תורה; חומש, משניות און תהילים.


טייערער ברודער, נאר אז מען לערנט תורה – איז מען פרייליך, נאר אז מען לערנט תורה איז מען צופרידן מיט זיך אליינס, מיט די ווייב און קינדער.


אויך זאלסטו רעדן צום אייבערשטן יעדן טאג אפאר ווערטער אין דיין שפראך – אידיש; בעט פאר דיר און פאר דיין משפחה.


איך בענק נאך דיר.

#34 - זאג יעדן טאג די תפלה פאר א שידוך, אפילו אן געפיל
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, בחור, שידוכים, אמונה, התחזקות, אמונת חכמים, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, ד' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מיין הארץ גייט אויס פאר דיר, עס איז מיר צעריסן אויף שטיקער צו זען ווי דו ווארסט אויף דיין שידוך אזוי לאנג, און גארנישט רוקט זיך נישט; עס גייט אריבער א יאר און נאך א יאר, אלע דיינע חברים מאכן שוין אפשערנס, און נאך אביסל איז שוין דא בר מצווה'ס - און ביי דיר גייט נישט קיין שידוך.


וואס זאל איך דיר זאגן מיין טייערער ליבער ברודער, איך האב דיר נישט וואס צו זאגן, איין זאך קען איך דיר זאגן: "לאז נישט אפ די אמונה, לאז נישט אפ די אמונת חכמים און חס ושלום אפלאזן דיינע עבודות השם"; דו זיי ממשיך מיט דיינע שיעורים כסדרן, מיט דיין שיעור אין חומש, משניות, גמרא וכו' וכו', און גיי ווייטער התבודדות, ביז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.


איין זאך וויל איך פון דיר, דו זאלסט זיך אונטערנעמען צו זאגן יעדן טאג די תפילה וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר בחורים וואס זענען שוין העכער צוואנציג, וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין כט:) אויב מען האט נישט חתונה איידער די צוואנציג - וועלן די ביינער צעגיין, מען שעלט דעם בחור: "תיפח עצמותיו"; מוהרא"ש האט געשריבן א מורא'דיגע תפילה, ווי אין די תפילה טענה'ט מען זיך אויס מיטן אייבערשטן: "רבונו של עולם, נישט גענוג עס גייט מיר נישט קיין שידוך, שעלט מען מיך אז מיינע ביינער זאלן צעגיין? רבונו של עולם, נישט גענוג איך פאל אין עבירות, איך וויל אזוי שטארק זיין אפגעהיטן, איך וויל אזוי שטארק שוין לעבן אן ערליכע לעבן, א געזונטע לעבן מאן און ווייב - שעלט מען מיר..."


וויל איך דיר בעטן זאלסט מיר זאגן אז דו גייסט יעדן טאג זאגן די תפילה, עס מוז נישט זיין מיט געפיל, דער עיקר, זאלסט יעדן טאג זאגן די תפילה; זאג איך דיר צו, עס וועט נישט אריבערגיין קיין סאך צייט און דו וועסט האבן דיין שידוך.


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין צוּ טְרֶעפְן אַ גוּטֶע שִׁידוּךְ, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן שְׁנֶעל אוּן גְרִינְג אוּן נִישְׁט דַארְפְן וַוארְטְן מֶער אַזוֹי לַאנְג.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ הָאבּ זִיךְ נִישְׁט אוֹיפְגֶעפִירְט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט אֵייבִּיג גֶעוֶוען אַזוֹי וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ. אִיךְ בֶּעט דִיר אָבֶּער, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז דוּ זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף דֶעם אוּן צוּלִיבּ דֶעם צוּרִיק הַאלְטְן מַיין שִׁידוּךְ. זֵיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ נִישְׁט גוּט גֶעטוּן, אוּן הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין שְׁנֶעל חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דָאס וֶועט מִיר הֶעלְפְן אוּן רַאטֶעוֶוען אַז אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט טוּן קַיין עֲבֵירוֹת אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זַיין וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ.


וָואס זָאל אִיךְ טוּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם? פוּן מַיין זַייט בִּין אִיךְ גְרֵייט חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן הַיינְט נַאכְט! וָואס קֶען אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן מַיין שִׁידוּךְ? אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אַז אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דֶערְוַוייל אִיז עֶס נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעקוּמֶען.


דִי חַזַ"ל זָאגְן אוּנְז אַז וֶוען אֵיינֶער הָאט חֲתוּנָה נָאךְ דִי צְוָואנְצִיג יָאר, וֶועט עֶר שׁוֹין זַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן דוּ זָאגְסְט אוֹיף אַזַא מֶענְטְשׁ אַז זַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין. פַארְוָואס זָאל מִיר קוּמֶען אַזַא הַארְבֶּער עוֹנֶשׁ אַז אִיךְ זָאל מַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן אַז מַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין? וָואס בִּין אִיךְ דֶען שׁוּלְדִיג? פַארְוָואס קוּמְט עֶס מִיר? אִיז מִיר נִישְׁט גֶענוּג דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין אוּן וֵוייטָאג וָואס אִיךְ הָאבּ פוּן דֶעם אַלֵיין אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט חֲתוּנָה גֶעהַאט?


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן סַבְלָנוּת אוּן גֶעדוּלְד, אוּן אוֹיסְוַוארְטְן מִיט רוּאִיגְקֵייט בִּיז אִיךְ וֶועל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין קֻשְׁיוֹת אוֹיף דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה אַז דוּ טוּסְט אַלֶעס נָאר צוּם גוּטְן, אוּן יֶעדֶע זַאךְ הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אוּן מִיט דֶעם זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטַארְקְן אוּן נִישְׁט זַיין אַזוֹי צוּבְּרָאכְן פוּן מַיינֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נָאר דוּ קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין! נָאר דוּ וֵוייסְט מַיינֶע גֶעפִילְן! וִוי אַזוֹי אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַזוֹי פַארְשֶׁעמְט אוּן דֶערְנִידֶערְט פוּן מִיר אַלֵיין! אַז אַלֶע מַיינֶע חֲבֵרִים הָאבְּן שׁוֹין חֲתוּנָה גֶעהַאט אוּן נָאר אִיךְ בִּין גֶעבְּלִיבְּן אַלֵיין! הֶעלְף מִיר אַז דִי בִּזְיוֹנוֹת זָאלְן זַיין פַאר כַּפָּרַת עַווֹנוֹת אַז מִיט דֶעם זָאל אִיךְ אָפְּקוּמֶען אַלֶע מַיינֶע עֲבֵירוֹת, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן לַיידְן אַזוֹיפִיל אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן בְּקָרוֹב.


אִיךְ וֵוייס אוּן אִיךְ גְלֵייבּ, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אַז דוּ וֶועסְט מִיר זִיכֶער נִישְׁט פַארְלָאזְן. סוֹף כָּל סוֹף וֶועל אִיךְ זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. אוּן דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז וֶוען אִיךְ וֶועל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גוּטֶע שָׁלוֹם בַּיִת, אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט קְרִיגְן אִינְדֶערְהֵיים, עֶס זָאל שְׁטֶענְדִיג הֶערְשְׁן בַּיי אוּנְז אַהֲבָה וְאַחְוָה וְשָׁלוֹם וְרֵעוּת, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן הָאבְּן אַ גְלִיקְלִיךְ לֶעבְּן אִינְאֵיינֶעם, אוּן אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט דַארְפְן גֶט'ן חַס וְשָׁלוֹם.


הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג זַיין אַ וַתְּרָן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג מְוַותֵּר זַיין אוּן נִישְׁט זִיךְ קְרִיגְן נָאר שְׁטֶענְדִיג אַרוֹיסְהֶעלְפְן. מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע הוֹיז, עֶס זָאל זִיךְ שְׁפִּירְן דִי שִׂמְחָה אִין דִי לוּפְט בַּיי אוּנְז אִינְדֶערְהֵיים. אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע אוּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ זָאל זֵיי אוֹיפְצִיעֶן אוֹיפְן עֶרְלִיכְן אִידִישְׁן וֶועג אוּן זֶען אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת פוּן זֵיי. מַיין שְׁטוּבּ זָאל זַיין אָפְן פַאר אַנְדֶערֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אַרַיינְצוּנֶעמֶען אוֹרְחִים אוּן צוּ טוּן אַסַאךְ צְדָקָה אוּן חֶסֶד.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה, אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין, אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּנוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, [אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּנוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֵם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה], אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


*


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#33 - עטליכע כללים וואס צו טון אין צייט פון מלחמה
חינוך הילדים, אמונה, התחזקות, הפצה, שיעורים כסדרן, נייעס, תיקון חצות, אחדות, מלחמה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בראשית, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ברידער אין ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


הדבר הראשון שטארקט אייך מיט אמונה, חזר'ט אייך 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז דארט, דער אייבערשטער איז אין יעדע ארט, אלעס איז ער און קיין שום זאך קען פאסירן נאר וואס דער אייבערשטער מאכט'; מיט אמונה וועט איר זיך קענען האלטן רואיג.


געבט דאס איבער פאר אייערע קינדער. רעדט נישט מיט די קינדער קיין נייעס, רעדט מיט די קינדער אמונה, און ווען מען זעט און מען הערט די עראפלאנען זיך דרייען העכער די קעפ מיט שרעק, און ווען מען הערט ווי עס צופייפן זיך די פייפערס אז עס קומט עפעס וואס מען דארף זיך היטן - זאלט איר נישט לויפן מיט קיין בהלה, נאר טון וואס מען האט צו טון - זיך צו היטן און היטן די קינדער, און מיט א שמייכל, מיט שמחה - זאגן פאר די קינדער: "קיינער קען אונז נישט טון קיין שלעכטס, און קיינער קען אונז נישט טון קיין גוטס, דער אייבערשטער - ער איז מיט אונז".


הדבר השני, מיינע טייערע ברידער - הערט נישט קיין נייעס. דאס ביסל וואס איר דארפט וויסן אין א צייט פון מלחמה - זאלט איר הערן, אבער נישט זיצן אויף די נייעס, ווייל די נייעס איז ערגער פון די צרה אליינס, די נייעס נעמט אוועק די מוט, עס ווארפט אריין אין פחדים און שרעק השם ישמרינו. נישט קוקן קיין נייעס און זיכער נישט די בילדער און ווידיאוס פון רציחה; דאס איז נישט פאר א איד צו קוקן, דאס שאדט פארן נפש, עס שאדט פאר די הארץ; קוקן די ווידיאוס און קליפס - שעדיגט דאס איידעלע אידישע נפש, ודי למבין.


הדבר השלישי, יעדער איינער זאל זיך שטארקן מיט זיינע שיעורים כסדרן, מוסיף זיין נאך שיעורים. זיך מאכן א שיעור לערנען יעדן טאג חומש רש"י איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער. אויך א שיעור אין משניות, גורס זיין פרקים משניות, אחד המרבה ואחד הממעיט, ובלבד שיכוון לבו לשמים, אפילו בלי הבנה כלל, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט אונז געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שאין צריכין בלימוד רק האמירה לבד, לומר הדברים כסדר וממילא יבין", מען דארף זאגן די ווערטער און ביים סוף וועט מען פארשטיין. אויך זאל מען זיך מאכן א שיעור אין גמרא, די הייליגע גמרא - דאס פארברענט אלע קליפות ומשחיתים, דאס היט דעם מענטש, 'נישטא אזא הייליגע זאך ווי א בלאט גמרא'; מאכט זיך שיעורים אין רבינ'ס ספרים.


הדבר הרביעי, זאלט איר אלע זאגן יעדע נאכט תיקון חצות און זיך מתבודד זיין, בעטן דעם אייבערשטן פאר אידישע קינדער. רעדן גוטס אויף אידישע קינדער, און אויך אויף די וואס ווייסן נישט פון תורה ומצוות. מוהרא"ש זאגט, מען לייגט זיך היינטיגע טעג שפעט, זאל מען זאגן איידער מען גייט שלאפן נאך קריאת שמע שעל המיטה - תיקון חצות; עס נעמט נישט לאנג, עס איז אפאר קאפיטלעך תהילים מיט א שטיקל קינות, א שאד נישט צו זאגן און בעטן פאר גלות השכינה, פאר חילול שמו הגדול ותורתו הקדושה, דא האט איר די פאר קאפיטלעך פון חצות:


(קאפיטל קלז): "על נהרות בבל", (קאפיטל עט): "מזמור לאסף", נאכדעם די שטיקל פון איכה (קאפיטל ה): "זכור ה' מה היה לנו, הביטה וראה את חרפתינו", און די פסוקים פון נ"ך: "הבט משמים וראה", און נאכדעם תיקון לאה. עס נעמט נישט לאנג, עס איז נאך אפאר קאפיטלעך תהילים, (קאפיטל כד): "לדוד מזמור, לה' הארץ", (קאפיטל מב): "למנצח משכיל לבני קרח", (קאפיטל מג): "שפטני אלקים", (קאפיטל כ): "למנצח יענך", (קאפיטל סז): "למנצח בנגינות", (קאפיטל קיא): "הללויה אודה", (קאפיטל נא): "למנצח בבוא אליו נתן הנביא", (קאפיטל קכו): "שיר המעלות".


ועל כולם זיך מוחל זיין איינער מיטן צווייטן, נישט האלטן קיין פיינטשאפט איינער צום צווייטן. יעצט ווען אידישע קינדער זענען אין אן עת צרה, די פעלקער ווילן אונז אלע טון שלעכטס - דארפן מיר זיך האלטן באחדות.


אויך זאלט איר טראכטן 'ווי וואלט איך אויסגעזען אנעם רבי'ן אין אזא צייט? וואו וואלט איך געהאט חיזוק?' דארף דאס געבן כח פאר אלעמען עוסק זיין מער אין הפצה. שעמט אייך נישט און פוילט אייך נישט צו עוסק זיין אין פארשפרייטן די עצות און חיזוק פון רבי'ן, יעצט נעמען אלע, אפילו די וואס א גאנץ יאר זאגן זיי 'מיר האבן פון אונזער רבי, מיר דארפן נישט פון ענקער רבי'. יעצט איז א צייט וואס אלע רבי'ס באהאלטן זיך, קיינער רעדט נישט, קיינער ווייסט נישט וואס צו זאגן, יעצט דארפן אלע די רבי פון אלע רבי'ס, דער הייליגער רבי, דער ברסלב'ער רבי, רבינו נחמן בן פיגא - זאל אונז טרייסטן, אזוי ווי די תורה זאגט די וואך (בראשית ה, כט): "זֶה 'יְנַחֲמֵנוּ' מִמַּעֲשֵׂנוּ וּמֵעִצְּבוֹן יָדֵינוּ", דער רבי טרייסט אונז פון עצבות און פון אלע שלעכטס.


מיינט נישט אז מיר זענען אין אמעריקע, מיר זענען מסודר, מיר ווייסן נישט וואס גייט אריבער; מיר זענען גוט צעבראכן, מיר זענען ברידער, פון אינמיטן אונזערע הקפות וואס מיר האבן געהערט אז שפכו דמים כמים סביבות ירושלים - זענען מיר אזוי צעקלאפט און צעשוידערט, מיר דאווענען, מיר זענען מתפלל אז משיח זאל שוין קומען, עס זאל נישט זיין מער קיין מלחמות און אלע אידן זאלן זיך צוריקקערן צום אייבערשטן.


דער שלטון המינות איז צעזעצט געווארן, אלע וואס האבן געזינגען 'מיר האבן א מיליטער, מיר האבן געווער' - זענען מיט די צינג אינדרויסן (איך רעד נישט פון די תינוקות שנשבו, איך רעד פון די פרומע נאכשלעפער וואס פאר אביסל געלט זיצן זיי אין די כנסת המינים ה' ישמרינו), נישטא קיין מיליטער, נישטא קיין געווער, דאס וועט זיין ווען משיח וועט קומען, אזוי ווי דער נביא זאגט (זכרי' ד, ו): "לֹא בְחַיִל וְלֹא בְכֹחַ, כִּי אִם בְּרוּחִי, אָמַר ה' צְבָקוֹת".


חזר'ט די פאר כללים וואס איך בעט ענק, וועט ענק גוט זיין בזה ובבא.


א גוט שבת.

#32 - מיר זענען דא פאר א קורצע צייט, מיר דארפן זיך אנגרייטן
תכלית, שיעורים כסדרן, דירה, סוכות, מעביר סדרה, געלט

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וזאת הברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין יום טוב סוכות אין ישיבה אין וויליאמסבורג, אויך וועט אם ירצה ה' פארקומען מאנטאג נאכט ביים רבינ'ס יארצייט - א סעודה אין די סוכה פון די ישיבה.


מיר בויען די סוכה, מיר גייען ארויס פון דירת קבע און מען גייט אריין אין די דירת עראי; דאס קומט אונז לערנען מען זאל געדענקען אז די גאנצע לעבן איז עראי, מיר זענען דא פאר א קורצע צייט און מיר דארפן זיך אנגרייטן א דירת קבע אויבן אין הימל פאר די נשמה, דורך לערנען און דאווענען.


דעריבער בעט איך דיר טייערער ברודער, כאפ זיך צוריק, הויב אן דיינע שיעורים כסדרן בכל חלקי התורה. ענדיג מעביר סדרה זיין פרשת וזאת הברכה, אויך משניות און גמרא; בוי זיך א פעסטע דירה וואס וועט האלטן פאר אייביג פאר דיין נשמה.


קויף ד' מינים פאר דיינע זין, זאג נישט עס קאסט אסאך; די גאנצע מטרה פון געלט איז נאר פאר די טעג פון יום טוב פאר מצוות, אינמיטן ווינטער איז נישטא וואס צו טון מיט די געלט; יעצט איז די צייט אויסצוגעבן פאר א סוכה, פאר ברעטער, סכך, נוי סוכה, שלאק און פאר ד' מינים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#31 - מען נעמט זיך אויף די ביינער פון א פרישער מקורב
תפילה והתבודדות, התחזקות, חסידות ברסלב, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת קרח, ראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וואס קען מען טון? דער רבי איז אזוי פארשעמט, יעדער קען טון וואס מען וויל - ביז ברסלב; אויב מען ווערט געוואויר אז א אינגערמאן איז מקורב צום רבי'ן - ווערט א פייער, די גאנצע משפחה נעמט זיך אויף זיינע ביינער, מען טשעפעט, מען פארשעמט, מען רודפ'ט - ביז מען דערגייט אים די יארן; אלעס צוליבן חטא פון שעפן חיות, נעמען יראת שמים - פון הייליגן רבי'ן.


איך האב מיטלייד מיט דיר, אז מען רודפ'ט דיך און דיין משפחה פאר'ן זיך מקרב זיין צום רבי'ן.


איך בין מתפלל דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן די זכי' צו בלייבן צוגעבינדן צום רבי'ן; ווייטער לערנען דיינע שיעורים כסדרן, זיך מתבודד זיין, לעבן בשלום ובאהבה מיט דיין ווייב, לעבן מיט זכרון בעלמא דאתי; וויסן אז מיר זענען דא פאר נאך אביסל און באלד גייען מיר שוין צוריק צום אייבערשטן און דארט וועט גארנישט נוצן, דארט איז חשוב נאר פרקים משניות, פסוקים תהילים, מצוות און מעשים טובים.


אחי, חזק ואמץ ואחוז עצמך בכל כוחך.

#30 - היכל הקודש איז נישט דער אדער יענער, נאר די שכל פון מוהרא"ש
תפילות אויף אידיש, היכל הקודש, סדר דרך הלימוד, מוהרא"ש, לימוד התורה, שיעורים כסדרן, לצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח, כ"ו סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט וועט נאך זיין דער ליל שישי שיעור אין ישיבה אין וויליאמסבורג, קומענדיגע וואך וועלן שוין די שיעורים זיין אין שטעטל, איך פאר שוין ארויס פארן זומער, זיין אין שטעטל, ביז די הייליגע טעג; ביז'ן נסיעה קיין אומאן. איך האף דו וועסט בלייבן, קְבִיעִין כֵּן תֶּהֱווּן בְּהַנְהוּ חֲבוּרָתָא, דו וועסט נישט פארכאפט ווערן בעצת מרגלים.


מען דארף האבן גרויס רחמי שמים צו ניצול ווערן פון לשון הרע, רכילות, ליצנות וכדומה; מען דארף בעטן דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל שטענדיג געדענקען וואס דער רבי האט געטון מיט מיר, וואס היכל הקודש האט מיט מיר געמאכט".


משה רבינו האט געגעבן א ברכה פאר יהושע בן נון ער זאל געראטעוועט ווערן פון די מרגלים, און כלב איז געלאפן צום מערת המכפלה דאווענען ער זאל געראטעוועט ווערן פון די לשון הרע; אזעלכע גרויסע צדיקים האבן אויך געדארפט רחמי שמים, תפילות און ברכות - צו בלייבן מיט משה רבינו, איז דאך כל שכן אונז, וואס מיר זענען אזוי ווי מיר זענען, מיר זענען אנגעשמירט פון קאפ ביז פיס מיט עבירות - דארפן מיר דאך זיכער רחמי שמים ניצול צו ווערן פון ליצנות.


געב זיך אכטונג פון א חסיד שנפל. דער הייליגער רבי נתן זאגט: "שמעתי מאדמו"ר", איך האב געהערט פון רבי'ן, אז א "חסיד שנפל גרוע ממשומד", א חסיד וואס האט זיך אפגעקילט - איז ערגער פון איינער וואס האט זיך גע'שמד'ט; ווייל איינער וואס האט זיך גע'שמד'ט וועט קיינער נישט אויסהערן, אבער איינער וואס זעט אויס ווי א חסיד און פון אינעווייניג איז ער פארלאשן, פול מיט ליצנות, אזא איינער הערט מען אויס און מען קען אלעס פארלירן.


היכל הקודש איז נישט דער און נישט יענער, היכל הקודש זענען די ספרים פון מוהרא"ש, די שכל פון מוהרא"ש, די עצות און חיזוק פון מוהרא"ש. אז מען לערנט יעדן טאג די בריוו, די קונטרסים און מען האט גוטע חברים מיט וועם מען איז זיך מחזק - אזא איינער פאלט נישט, אויב מען לערנט נישט די ספרים, די בריוו און קונטרסים, מען קוקט אויף דעם און מען קוקט אויף יענעם - אזא איינער קען אלעס אפלאזן.


זיי קלוג, הויב צוריק אן דיין שיעור אין משניות און גמרא, זאג די ווערטער אפילו אן קיין הבנה, און טענה נישט מיט קיינעם. מוהרא"ש זאגט אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות יג): "וֶוען אִיר וֶועט אָנְקוּמֶען אוֹיפְן עוֹלָם הָאֱמֶת דַאן וֶועט אִיר זִיךְ אַלֵיין אִיבֶּערְצַייגְן אִין דִי רִיכְטִיגְקֵייט פוּן דֶעם 'סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד' וָואס דֶער רֶבִּי הָאט אוּנְז גֶעגֶעבְּן. עֶס אִיז אַ שָׁאד דִי צַייט זִיךְ צוּ טַעֲנָה'עֶן מִיט מֶענְטְשְׁן אִיבֶּערְן 'סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד'. 'טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב ה'' - פְּרוּבִּירְט עֶס אַלֵיין אוֹיס, וֶועט אִיר זֶען וִוי גֶעשְׁמַאק אוּן זִיס דָאס אִיז. וֶוען אִיר וֶועט זִיךְ צוּגֶעוואוֹינֶען צוּ לֶערְנֶען אוֹיפְן 'סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד' וֶועט אִיר שְׁפִּירְן אַלֶע גוּטֶע טַעֲמִים דֶערִין, דָאס וֶועט אַייךְ גֶעבְּן אַ חִיוּת אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט.


וואוֹיל אִיז דֶעם וָואס לָאזְט זִיךְ נִישְׁט נַארְן, עֶר וֵוייסְט אַז דֶער עִיקָר פַארְוָואס מֶען לֶערְנְט תּוֹרָה אִיז נָאר צוּ טוּן דִי וִוילְן פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, מֶען לֶערְנְט כְּדֵי מְקַיֵים צוּ זַיין דִי מִצְוֹת פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, צוּ מַאכְן אַ נַחַת רוּחַ פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן. אוּן דַאן אִיז דָאס גַאנְצֶע לֶערְנֶען מַמָשׁ 'תּוֹרָה לִשְׁמָהּ' מֶען לֶערְנְט נָאר פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן נִישְׁט אוֹיף צוּ בַּאקוּמֶען כָּבוֹד פוּן מֶענְטְשְׁן, צוּ הֵייסְן אַ רָב, אַ לַמְדָן, אַ צַדִיק אָדֶער אַ בַּעַל מְקוּבָּל, מֶען לֶערְנְט נָאר פָּשׁוּט פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְנְ'ס וֶועגְן, עֶס אִיז נִישְׁטָא קַיין גְרֶעסֶערֶע זַאךְ פוּן דֶעם. אוֹיבּ וֶועט אִיר מִיר פָאלְגְן מִיט דֶעם וֶועט אִיר בִּכְלַל נִישְׁט חֲרָטָה הָאבְּן, נִישְׁט אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן נִישְׁט אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - לערנען אין שטוב דיקא יעדן אויפדערנאכט
חינוך הילדים, שלום בית, טעלעפאן, לימוד התורה, אידישע שטוב, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, מ"ח לעומר, ערב חג השבועות, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיך מחזק זיין און אויפוועקן זאלסט זיך צוריק באנייען מיט דיינע שיעורים כסדרן, סיי אין מקרא - לערנען יעדן טאג אביסל חומש מיט תרגום לויט די טאג, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי. סיי מיט משנה - לערנען יעדן טאג כמה פרקים משניות, און ועל כולם גמרא - לערנען סיי דעם בלאט גמרא פונעם טאג, און סיי א שיעור אין ש"ס כסדרן.


טייערער ברודער, אז דו וועסט זיך קובע זיין צו לערנען אין שטוב דיקא יעדן אויפדערנאכט - וועט זיך אלעס טוישן צום גוטן. סיי דו וועסט ווערן מער פרייליך; עכט פרייליך. סיי דיין שלום בית; דיין ווייב וועט זיך פרייען דיך צו זען לערנען, ווי איידער שפילן מיט אפגעריסענעם טעלעפאן, ווי שטיין און קוקן אומבא'טעמ'טע סטעטוס. סיי דיינע קינדער וועלן וואקסן מיט יראת שמים.


פרוביר עס אויס, וועסט אנהויבן שפירן א גוטע טעם אין לעבן, וועסט אינדזשויען יעדן טאג.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך ליב.


 

#28 - איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט צולייגן נאך שיעורים
שטעטל, בית המדרש, לימוד התורה, גמרא, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א שיינעם דאנק פאר די הערליכע גרוסן פון בית המדרש מקור השמחה, קרית ברסלב, ליבערטי; איך האב אזא נחת צו הערן פון א גאסט ווי שיין דער בית המדרש פירט זיך, און גוטע גרוסן אויף די צוויי געטרייע גבאים, ווי שיין זיי פירן די שול.


נאך מער פריי איך זיך אז דו האלסט שוין אן דאס לערנען דעם בלאט גמרא און מעביר סדרה זיין בכל יום שוין זעקס יאר, חק ולא יעבור; פון ווען דו האסט אנגעהויבן הערן די שיעורים אין ישיבה, דאס איז פאר מיר א גרויסע פרייד.


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט צולייגן נאך שיעורים; א שיעור משניות בכל יום, און א שיעור אין זאגן תהילים בכל יום. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כג): "וואויל איז דער מענטש וואס עסט יעדן טאג פרקים משניות און טרינקט יעדן טאג קאפיטלעך תהילים".


א שאד איך האב נישט געוויסט; ווען איך ווייס ווען אז דו ביסט שבת אין שטעטל - וואלט איך זיכער געמאכט דיך צו זען.


א כתיבה וחתימה טובה.

#27 - אלע בחורים וואס העלפן די ישיבה, באקומען באצאלט פון רבי'ן
חברים, בחור, מדות טובות, משמש דעם רבי'ן, לימוד התורה, ישיבה, שיעורים כסדרן, יונגע יארן, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה ברסלב


וואויל איז דיר אז דו לערנסט פלייסיג די הייליגע תורה און דו דאווענסט מיט יראת שמים, ובפרט אז דו העלפסט אנגרייטן די עסן פאר די בחורים מיט אזא געטריישאפט.


די אלע בחורים אין ישיבה וואס העלפן די ישיבה - די אלע באקומען באצאלט פון רבי'ן. דער רבי זאגט: "ביי וועם איך נעם - געב איך"; עס לוינט זיך צו משמש זיין דעם רבי'ן.


די ישיבה האבן מיר שוין פערצן יאר, מיר גייען אריין קומענדיגע יאר אין די פופצנטע יאר, די אלע בחורים וואס האבן געטון פאר די מוסד, גענומען אן עול - צי מיט דאס אנגרייטן עסן, רייניגן אדער דרייווען, טראגן און ברענגען די קינדער - האבן אלע שיין מצליח געווען.


שטארק זיך, זיי שטארק מיט דיין עבודת השם. חבר זיך נאר מיט ערליכע חברים, ווי אזוי ווייסט מען ווער עס איז ערליך אדער נישט? דורך די מויל; ווער עס רעדט שמוציג, עקלדיג, שטעכעדיג און מאכט חוזק פון אנדערע - די זענען נישט גוטע חברים, ווידער די וואס רעדן איידל, ריין און זויבער - די זענען גוטע חברים.


זיי שטארק מיט דיינע שיעורים, 1) הויב אן די טאג מיט לערנען חומש איינגעטיילט אויפ'ן וואך. 2) נאכדעם נעם א משניות און לערן ח"י פרקים יעדן טאג, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין. 3) מאך זיך אויך א שיעור אין גמרא, ש"ס כסדרן, און זאג דעם יום תהילים; דאס איז דאס וויכטיגסטע פאר א יונגער בחור. אויב דו זעסט אז דו האסט צייט - מאך זיך א פינפטע שיעור אין רבינ'ס ספרים; הויב אן מיט ספר המדות, דאס איז א גרינגע לייכטע ספר, א ספר וואס איז אנגעפילט מיט יראת שמים.


ועל כולם, גיי אביסל שפאצירן, רעד צום אייבערשטן, דערצייל אים אז דו ווילסט זיין אן ערליכער איד, דו ווילסט לערנען און דאווענען און זיין גוט.


עס איז אינגאנצן אנדערש ווען מען רעדט צום אייבערשטן, מען שפירט טעם גן עדן אויף די וועלט.

#26 - איך האב אזוי הנאה אז דו ביסט זיך קובע עתים לתורה
תפילה והתבודדות, שטעטל, לימוד התורה, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך זע אין די קאמערע אז דו זיצט ביים שיעור גמרא פונעם דיין שליט"א, איך האב אזוי הנאה אז דו ביסט זיך קובע עתים לתורה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לא.) איינע פון די ערשטע פראגעס וואס מען פרעגט אויבן אין הימל ווען די נשמה קומט ארויף איז: "קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה", האסט זיך באשטימט א צייט צו לערנען? פון דעם זעט מען ווי חשוב דאס איז, אז דאס איז די ערשטע פראגע וואס מען פרעגט - איז דאס די טייערסטע זאך.


גיי אביסל שפאצירן אין פעלד ארום דיין שטוב, גיי התבודדות; די אלע וואס וואוינען אין שטעטל קענען דאך מקיים זיין דעם רבינ'ס ווערטער פשוט כמשמעו, מען וואוינט דאך צווישן ביימער און גראז, עס איז גאר אנדערש דאס לעבן נאך התבודדות; אלעס איז רואיג, אלעס איז מיושב.

#25 - איך האף דו שפירסט זיך שוין גוט
תפילה והתבודדות, התחזקות, לימוד התורה, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך בענק זיך זייער צו דיר, איך בין געווען מאנטאג אין שטעטל, איך בין געקומען אין חדר. דיין מלמד האט מיר געזאגט אז דו ביסט נישט געקומען, דו האסט זיך נישט גוט געשפירט יענעם טאג, איך האף דו שפירסט זיך שוין גוט.


איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט זיין שטארק מיט דיינע שיעורים כסדרן, זאלסט לערנען גמרא מיט משניות.


אויך וויל איך דיר מחזק זיין דו זאלסט לערנען דעם דף גמרא יעדן טאג מיט'ן מגיד שיעור ר' ... נרו יאיר. ער לערנט יעדן טאג פאר אין בית המדרש דעם דף גמרא פאר קינדער און בחורים, איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט מיטהאלטן דעם שיעור.


אויך זאלסטו גיין צווישן די ביימער זיך מתבודד זיין, בעט דעם באשעפער זאלסט שפירן א טעם אין די הייליגע תורה און אין עבודת השם.


געב א גרוס פאר דיינע חשוב'ע עלטערן.

#24 - זוכה זיין צו שפירן מתיקות התורה, גייט נישט אזוי שנעל
תפילה והתבודדות, עבודת השם, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האב סבלנות, עס גייט נישט אין איין מינוט; זוכה זיין צו שפירן מתיקות התורה - דאס גייט נישט אזוי שנעל, מען דארף אסאך לערנען אן קיין הרגשה - ביז מען קומט אן צו שפירן מתיקות התורה.


שטארק זיך, זיי ממשיך מיט דיינע שיעורים כסדרן. אויך זאלסטו גיין יעדן טאג התבודדות; זוך א ליידיגע פלאץ וואו דו קענסט זיך מתבודד זיין, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר ווייזן די זיסקייט פון די הייליגע תורה, דו זאלסט זוכה זיין צו שפירן די עריבות ומתיקות התורה.


אויך זאלסטו דערציילן פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר; רעד צו אים כדבר איש אל רעהו, אזוי ווי מען רעדט זיך אויס צו א גוטער פריינד, רעד צו אים אין דיין שפראך, רעד צו אים אמת'ע רייד; נישט געמאכטע זאכן, מאך נישט נאך קיינעם, רעד ווערטער פון דיין הארץ, זאג אים ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט און ווי דער יצר הרע קומט יעדן טאג צו דיר מיט א פרישע מעשה.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן, מען ווערט אינגאנצן צוגעקלעבט צו אים; תפילה קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פד).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#23 - סדר הנסיעה קיין מירון, ל"ג בעומר תשפ"ב
שכר לימוד, קינדער, תפילה והתבודדות, חברים, חיזוק פאר מיידלעך, שלאפן, לערערין, קאמפלימענטס, שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, בחור, תיקוני זוהר, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, הפצה, סגולות, קברי צדיקים, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, תהלים, חסידות ברסלב, מחלוקת, הדפסה, שטעטל, עבודת השם, שבת קודש, שבת ליכט, דרשות, נסיעה, סמארטפאון, מאוויס, בית המדרש, היכל הקודש, משמש דעם רבי'ן, מוהרא"ש, מוסר, נעגל וואסער, סיפורי צדיקים, בריוו, עצתו אמונה, ישיבה, חתונה, ראש ישיבה, שיעורים כסדרן, שמחות, נחת, חדר, הדרכות, רבינו ז"ל, סיום הש"ס, פירושים, גליון, ארץ ישראל, חומש רש"י, מנין, ירושלים, גבאי, אחדות, חתן, טאנצן, פרויען צאמקום, געפילן, מוהרנ"ת ז"ל, בלבולים, תיקון הכללי, התנגדות, איש אמונות, ל"ג בעומר, מירון, אפשערן, יום החופה, ספר תורה, ותיקין, זוהר הקדוש, דף גמרא, הדסים, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת בחוקותי (במדבר בא"י), כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער אהרן וועבערמאן נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


חסדי השם יתברך איך האב זוכה געווען צו זיין די יאר נאכאמאל ביי די הילולא פון רבי שמעון בן יוחאי אין מירון.


מיר זענען ארויסגעפארן מאנטאג נאכט, איך מיין ווייב מיט מיין זון שמעון נרו יאיר. מיין זון האב איך געגעבן א נאמען שמעון נאך התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי. מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכר צדיק לברכה האט מיר דעמאלט געבעטן איך זאל א נאמען געבן "שמעון", ממשיך צו זיין די זכות פון רבי שמעון בר יוחאי אויף אים, ער זאל האבן א רפואה שלימה, ער איז דעמאלט געווען זייער אפגעשוואכט. ער האט נישט געהאט קיין כח צו זיין דער מוהל ביי זיין ברית, איך האב גענומען דער ווינער רב שליט"א פאר מוהל.


איך האב מיטגענומען מיין זון שמעון לכבוד זיין סיום הש"ס, איך טו דאס מיט אלע מיינע קינדער; איך וויל זיי זאלן לערנען ש"ס און דאס מסיים זיין פאר די בר מצוה – זאג איך זיי צו א נסיעה קיין ארץ ישראל.


האברך אלי' קנאלל האט אונז גענומען צום עירפארט, מיר האבן געדאווענט מעריב און געציילט ספירה אין עירפארט. די וועג איז געווען זייער איינגענעם, האברך אברהם רוטמאן נרו יאיר האט געזארגט פאר די נסיעה, ער האט מיר געמאכט דאס בעסטע וואס קען זיין.


ער האט אונז באשטעלט צו זיצן אין ביזנעס קלאס, די אלע וואס זיצן אין ביזנעס קלאס באקומען א קארטל צו קענען גיין אין עירפארט אין די לאונטש, מיין זון שמעון און מיין ווייב האבן זייער געוואלט גיין, דו ווייסט דאך ווי עס גייט, אז מען הערט רעדן לאונטש, לאונטש, און אז נאר געציילטע קענען גיין – ווילן אלע גיין... איך האב געזאגט עס פעלט נישט אויס, למעשה זענען מיר געגאנגען, איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין דארט, איך האב געזאגט פאר מיין ווייב און זון: "נאך א מזל מיר זענען יא געקומען, אזוי קענט איר זען די גאנצע גליק פון עולם הזה, א טונקעלע פלאץ, נישטא גארנישט דארט..."


די וועג איז געווען א רואיגע וועג; איך בין געשלאפן אביסל, געשריבן בריוון אביסל און זיך מתבודד געווען. דו ווייסט די אונטערשייד צווישן א ברסלב'ער חסיד און אנדערע, דער ברסלב'ער חסיד, וואו דו וועסט אים נאר לייגן, וואו ער געפונט זיך – האט ער וואס צו טון; ער דינט איבעראל דעם אייבערשטן, ער איז זיך מתבודד, ער רעדט צום באשעפער אויפ'ן פשוט'ן שפראך, אויף זיין מאמע לשון.


איך האב געדאווענט שחרית אויפ'ן פליגער.


מיר זענען אנגעקומען אין ארץ ישראל דינסטאג נאכמיטאג, האברך הנ"ל האט צוגעשטעלט מען זאל אונז טראגן אין א באזונדערע פלאץ. דארט האב איך געטראפן די גבאים פון ירושלים, שמעון עוזר פערל און יצחק פאפנהיים.


שמעון עוזר ברענגט מיר די נייע קינדער מעשה ביכל: "מעשה'לעך פאר קינדערלעך", סיי אין אידיש, סיי אין לשון הקודש; עס איז הערליך שיין, איך האב זייער הנאה געהאט דאס צו זען. מיין נישט איך בין צופרידן, איך ווער נישט צופרידן ווען איך זע א ספר, איך וויל שוין זען נאך חלקים, איך וויל שוין זען חלק ב, ג, ד, ה און אזוי ווייטער.


אויך האט ער מיר באוויזן ספר איש אמונות חלק א' פון שנת תשפ"א, דאס איז עפעס אזוי שיין; שמעון עוזר נרו יאיר מיט זיין ווייב תחי', זיי לייגן אריין זייער לעבן אין דעם, זיי זענען דאס מתרגם מידי שבוע בשבוע. אויך איז דא א משפחה אין צפת, משפחת קעניג וואס זענען דאס מגיה. דער ספר איז אזוי שיין, עס וועט זיכער צוריק ברענגען טויזנטער מענטשן צום אייבערשטן.


איך האב געוואלט דאווענען מנחה, זאגן זיי מיר אז עס ווארטן אפאר אינגעלייט אינדרויסן פון עירפארט, אין געז סטעישן. זענען מיר אהין געפארן, דארט שפרינגען צו מיר די בני ברק'ע חבורה, שרייען אויס א ברכת שהחיינו מיט א שמחה. איך האב זיך זייער געפריידט צו זיי, די זענען גרויסע מפיצים, זיי רוען נישט קיין איין מינוט, טאג און נאכט האבן זיי אינזין נאר איין זאך: "הפצה, הפצה, הפצה!"


פאריגע מאל ביסטו דאך מיטגעקומען מיט מיר, האסטו געזען דער חילוק פון די ארץ ישראל'דיגע מקורבים; זיי זענען אזוי פארקאכט פאר אנדערע, זיי טראכטן נישט פון זיך טאג און נאכט, פון זייער באקוועמע לעבן, זיי טראכטן 'ווי קען מען נאך א איד געבן פונעם יין המשומר'.


אברהם הנ"ל האט צוגעשטעלט א קאר מיט א גוטע דרייווער, עס איז געווען זייער א געשמאקע וועג, א גאנצע וועג האב איך געשעפשעט צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף אונז אנקומען אין מירון בשלום". די יאר איז געווען א בהלה, מען האט דערשראקן פון פאראויס אז מען גייט פארשפארן מירון, מען קען נאר אריינקומען אין מירון מיט באשטעלטע טיקעטס פון פאראויס. ווען מיר זענען געקומען נענטער האבן מיר געזען פאליציי שטייען ביי די וועגן, מיר האבן געבעטן און געבעטן, תפילה עפנט דאך אלע טויערן.


מיר זענען שוין אין מירון, מען האט אונז אבער נישט אריינגעלאזט, מיר האבן זיך געדריידט אהין און צוריק, צוריק און אהין. אברהם האט אונז דארט אפגעווארט, אין געז סטעישן, אונטן פונעם בארג, ביים אריינגאנג. אין געז סטעישן זאגט מיר דער דרייווער שטרענג: "פארמאך דיין פענסטער!" איך פרעג אים: "וואס גייט פאר?" זאגט ער נאכאמאל: "פארמאך!" און ער הויבט אן פארן שנעל. איך בין געווארן אביסל דערשראקן, איך זע דער דרייווער איז אנגעצויגן, איך כאפ נישט וואס גייט פאר, ער געבט א שטעל אפ די קאר און שפרינגט ארויס, ער לויפט אריבער די גאס צו א קאר רעדן אפאר מינוט. איך האב נישט פארשטאנען וואס גייט פאר, ער קומט צוריק, און אברהם זאגט אים מען קען נאכאמאל פרובירן אריינצופארן אין מירון. מיר קומען אן דארט, אברהם שטייט דארט מיט איינעם, יענער ווייזט מען זאל אריינלאזן. הודו לה' כי טוב, מיר זענען אנגעקומען צו א שיינע דירה, אהערגעשטעלט מיט אלע באקוועמליכקייטן. קענסט דאך אברהם, ווען ער מאכט עפעס – איז דאס מיט די גאנצע הארץ. מיר האבן זיך אויסגעפאקט, דערנאך בין איך אריבערגעגאנגען צו מיינע עלטערן געבן שלום.


נאכדעם דערציילט מיר אברהם וואס האט פאסירט. דער דרייווער האט באמערקט אין געז סטעישן ... דעריבער האט ער מיר געבעטן צו פארמאכן די פענסטער כדי ער זאל נישט זען אז איך בין אין קאר. למעשה האט ער מיך יא געזען, און ווי נאר דער דרייווער פארט אוועק זעט ער ווי ... פארט אים נאך, ער דריידט זיך אהער – פארט ער אהער, ער דריידט זיך אהין – פארט ער אהין, ער פארט שנעל – פארט ער שנעל, איז ער געגאנגען רעדן מיט אים, זאגט ער: "איך וויל יעצט ערלעדיגן דעם ראש ישיבה, איך וויל אים יעצט שלאגן צום טויט" ה' ישמרינו, האט אים דער דרייווער געזאגט: "טראג זיך אפ פון דא, איך ווארן דיך!" ער האט זיך דערשראקן און אוועקגעפארן, שפעטער איז ער צוריק געקומען און מיך שיעור דער'הרג'עט; איך וועל דאס שרייבן שפעטער אינעם בריוו, איך וויל זיך האלטן אין א סדר.


איך האב געדאווענט מעריב ביי מיין טאטע אין בית המדרש קארלסבורג. שלאפן האב איך נישט געקענט דארט, אין מירון איז אזוי פרייליך - מען קען נישט שלאפן, איך בין אויפגעבליבן ביינאכט אין די דירה, איך האב געלערנט מיינע שיעורים.


מיטוואך אינדערפרי פיר אזייגער פארטאגס בין איך זיך געגאנגען טובל'ן ביי מיין טאטע'ס מקוה. איך האב געדאווענט שחרית מיט מיין טאטע שליט"א ותיקין. מיין זיידע זכרונו לברכה פלעגט אין מירון דאווענען ותיקין; אזוי פירט זיך מיין טאטע שליט"א, ער דאווענט ותיקין. געווענליך דאווענט ער אין די מערה, אבער ערב ל"ג בעומר, ל"ג בעומר און א טאג נאך ל"ג בעומר – דאווענט ער אין זיין בית המדרש מראה יחזקאל, אונטן פונעם בארג. בפרט היי יאר, נאכדעם וואס די מדינה של גיהנום האבן געווארנט און געמאכט אזעלכע פחדים – האבן מיר געדאווענט אונטן.


איך בין ארויף צום מערה מיט מיינע זין שמעון און הרב אלחנן חיים, ער איז אויך געקומען קיין מירון מיט זיין ווייב, ער איז געפארן א טאג פריער. די גאנצע וועג ארויף צום מערה איז געווען רואיג.


אריינקומענדיג אין די מערה איז מיר גוט געווארן, די גאנצע מערה איז אנגעפילט מיט פאליציי, עס איז ליידיג, מען לאזט נישט קיינעם בלייבן שטיין, מען קען נאר גיין. בלית ברירה בין איך אריבער די מערה. פון איין זייט האט עס מיר געגעבן א קליינע ציפ אין הארץ: 'היתכן, וואס איז די חוצפה וכו''; איך האב אבער שנעל געדריידט די מחשבות אויף פארקערט, איך האב זיך געפריידט, געלויבט דעם באשעפער איך בין ביי רבי שמעון בר יוחאי.


ארויסקומענדיג פון אונטער די מערה, דארט זענען געווען הונדערטער אידן און געזאגט תהלים, א טייל האבן זיך געקריגט מיט די פאליציי, איך האב גענומען א תהלים און אנגעהויבן זאגן תהלים. עס איז געווען א ברענעדיגע זון, איך האב געזוכט א שאטן, אונטערן שאטן איז געווען פיין. איך האב געטראכט צו זיך: 'וואס האב איך מיט די סדרנים? וואס גייט מיך אן וואס זיי טוען?' אין אנדערע זמנים ווען מען האט יא געקענט זיין אין די מערה – וואלט איך זיך אויך געזוכט א רואיגע ווינקעלע וואו צו זאגן תהלים.


איך האב אנגעהויבן תהלים מיט א שמחה, פלוצלונג האט זיך מיר געעפנט די הארץ, איך האב זיך געקענט גוט מתבודד זיין. מען קען זיך נישט פארשטעלן די הרהורי תשובה וואס מען שפירט אין מירון, בפרט ל"ג בעומר און ערב ל"ג בעומר. בשעת'ן זיך מתבודד זיין האב איך פארגעסן אז עס איז הייס, אז איך שוויץ, אז איך בין נישט געשלאפן און נישט געגעסן; אזוי איז עס, ווען מען פאלגט דעם רבי'ן, מען רעדט צום אייבערשטן – פארגעסט מען פון אלעס, מען וויל גארנישט, נאר אביסל דביקות בה', נאר אביסל קרבת אלקים.


איך האב מסיים געווען ספר תהלים און מזכיר געווען אלע קוויטלעך, בקשות פון אנשי שלומינו. אויפ'ן וועג אראפ און א גאנצע צייט זייענדיג אין מירון, זענען צוגעקומען מענטשן, זקנים ונערים, חסידי'שע, אשכנזי'שע און ספרדי'שע, פון אלע סארט, פון אלע קרייזן – זיך באדאנקען פאר די שיעורים און בריוו.


א בחור ברענגט מיר א מתנה, א פארמאכטע דיקע ענוועלאפ; איך בין שוין צוגעוואוינט צו די סארט מתנות, איך ווייס וואס ליגט אינעווייניג נאך פאר'ן עפענען – א צעבראכענע סמארטפאון, מיט א בריוול וואס שטייט: "בזכות די שיעורים פון קו ברסלב, בזכות די גליונות און בריוו – האב איך מחליט געווען אוועק צו ווארפן די טעלעפאן".


הונדערטער האבן שוין אוועק געווארפן זייערע מאוויס וכדומה פון הערן חיזוק און יראת שמים פון רבי'ן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלב): "אֲנִי נָהָר הַמְטַהֵר מִכָּל הַכְּתָמִים", איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן, אזוי אויך (שם, סימן רצד): "אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם", איך בין אן אוצר פון יראת שמים; די וועג פון רבי'ן איז א זיסע וועג, די מוסר פון רבי'ן איז א זיסע מוסר.


די אלע וואס שרייען אויף בחורים און מיידלעך וואס האבן נישט א גוטע טעלעפאן: "שגץ!" "שיקסע!" "גיהנום!" "רשעים!" - דאס מאכט גארנישט אויס, עס טוט גארנישט אויף, עס מאכט נאר ערגער, עס איז מבאיש ריח, אויף דעם זאגט אונז דער הייליגער תנא רבי עקיבא (ערכין טז:): "תָּמֵהַּ אֲנִי, אִם יֵשׁ בַּדּוֹר הַזֶּה מִי שֶׁיָּכוֹל לְהוֹכִיחַ", איך וואונדער זיך אויב איז דא אין אונזער דור איינער וואס קען זאגן מוסר, ווייל אז מען ווייסט נישט ווי אזוי צו זאגן מוסר (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח): "לֹא דַּי שֶׁאֵינוֹ מוֹעִיל בְּתוֹכַחְתּוֹ", נישט נאר ער טוט נישט אויף מיט די מוסר, "אַף גַּם הוּא מַבְאִישׁ רֵיחַ שֶׁל הַנְּשָׁמוֹת הַשּׁוֹמְעִים תּוֹכַחְתּוֹ", ער מאכט נאך א שלעכטע גערוך אויף די מענטשן; עס האט נאך קיינער נישט אוועקגעווארפן א טעלעפאן וואס מען קען קוקן עבירות – דורכדעם וואס מען האט אים געזאגט מוסר אויף די וועג: "שגץ!" "שיקסע!" "גיהנום!" "רשעים!" אבער די תוכחה פון רבי'ן, פון משה רבינו – געבט א גוטע גערוך, נִרְדִּי נָתַן רֵיחוֹ.


דער אייבערשטער האט געהאלפן, זייט די ישיבה שטייט האבן שוין טויזנטער און צענדליגער טויזנטער אידן תשובה געטון דורך די מוסר פון רבי'ן, וואס ער געבט אריין אין אידישע קינדער א ריח טוב, ווען מען הערט: "דער אייבערשטער האט דיך ליב", "דער אייבערשטער ווארט אויף דיר", "דער אייבערשטער איז מיט דיר" - די ווערטער זענען שטערקער פון די שטערקסטע זאך, דאס פועל'ט אז דער מענטש זאל צוריק קומען.


א פרוי דערציילט פאר מיין ווייב, זי איז א באהאלטענע מקורב, זי מיט איר מאן לעבן שטילערהייט אויפ'ן רבינ'ס וועג, זי פרעגט אלע אירע פראגעס, זי הערט די שיעורים. זי געבט שיעורים פאר עלטערע מיידלעך, אסאך סקולס רופן איר רעדן; זי רעדט פון רבי'ן, פארשטייט זיך אן דעם רבינ'ס נאמען.


דערציילט זי אז א מיידל רופט איר אן פאריגע וואך און זאגט איר: "איך וויל דיר זאגן א גרויסן יישר כח, האסט געראטעוועט מיין לעבן!" זי דערציילט פאר די פרוי: "געדענקסט פאריאר ביסטו געקומען געבן א שיעור אין מיין סקול, ביסט צוגעקומען צו מיר, האסט מיך געפרעגט ווי אזוי איך הייס, האסט מיר געזאגט די פאר ווערטער 'איך זע אין דיר א שיינע עתיד', האסט געשמייכלט צו מיר אזוי זיס, דו האסט מיר דעמאלט געראטעוועט; איך בין שוין געווען אפגעמאכט ביי מיר שטילערהייט אז איך לאז אלעס אפ, און ווען דו האסט מיר געזאגט 'איך זע אין דיר א שיינע עתיד' – האט דאס מיר צוריקגעהאלטן פון טון שלעכטס, די ווערטער שרייט אין מיר, 'איינער זעט אין מיר אן עתיד'".


מיין ווייב פרעגט די פרוי: "וואס עפעס ביסטו צוגעגאנגען צו די מיידל, און וואס עפעס האסטו איר דאס געזאגט?" זאגט די פרוי: "ווען איך בין אריינגעקומען אין סקול געבן די שיעור פאר די עלסטע כתה, רופט מיר די מנהלת צו און זאגט מיר 'איך וויל דיר ווייזן די ערגסטע מיידל פון סקול, זי ווייזט מיר אויף די מיידל', מער האב איך נישט געדארפט, זאגט די פרוי, די שיעורים פון ישיבה האבן אנגעהויבן שפילן אין מיין קאפ, איך האב זיכער געמאכט אריבער צו גיין צו די מיידל און איר געבן א גוט ווארט, און יעצט א יאר שפעטער איז פון די ערגסטע מיידל געווארן די בעסטע מיידל"; קומט אויס אז די מנהלת דארף זיך זוכן אן ארבעט ביי די מיסט, קומט אויס אז אידישע קינדער, בחורים און מיידלעך – ווילן יא זיין גוט, נאר די בעלי מוסר זענען מבאיש ריח.


איך האב מיטגעהאלטן ביי די נסיעה צענדליגער פעלער ווי עס האט אויסגעבראכן א געשלעג ביי די הדלקות וכדומה, ווען א בחור, א אינגערמאן נעמט ארויס זיין סמארטפאון כאפן בילדער אדער ווידיאו, מען הויבט אן שרייען: "שגץ!" "גיהנום!" "רשעים!" – דאס העלפט נישט, דאס מאכט נאר ערגער; וואלט יענער געגעבן א גוט ווארט פאר א בחור, א שמייכל – וואלט די שמייכל און גוט ווארט מער אויפגעטון.


לכתחלה האט געהייסן עס וועט זיין אן הדלקה ביי מיין טאטע שליט"א ליל ל"ג בעומר, למעשה האט מען אביסל מורא געהאט, די מדינה של גיהנום האט נישט געלאזט מאכן הדלקות, האט מען דאס אפגעשטופט אויף די צווייטע נאכט, דאס הייסט ל"ג בעומר נאכמיטאג, פון זעקס אזייגער ביז אין די נאכט אריין; אפילו די פאליציי וועלן קומען וועט מען העכסטנס דעמאלט ענדיגן. אזוי האט מען טאקע געטון, מען האט געדאווענט מעריב און געציילט ספירה. נאכן דאווענען האט מען געצינדן לעכט לכבוד התנא האלוקי און געטאנצן "בר יוחאי", עס איז געווען א סעודה ביי מיין טאטע שליט"א. מיין טאטע שליט"א האט גערעדט; איך בין אביסל אויסגעמאטערט יעצט פון די נסיעה, געדענק איך נישט פינקטליך.


מיר האט זייער געברענט ארויפצוגיין צום מערה טאנצן לכבוד די הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי. איך האב נישט געהאט קיין טיקעט, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן מען זאל מיך אריבערלאזן אן קיין טיקעט, אויך האב איך נישט געוויסט צי מען קען בכלל גיין, יעדע מינוט איז געווען אנדערע נייעס, מען לאזט יא, מען לאזט נישט; מיר האט זייער געברענט ארויפצוגיין.


איך בין ארויף מיט מיין זון שמעון; אזוי ווי איך הויב אן גיין זע איך שוין אנשי שלומינו, בחורים און אינגעלייט – גייען מיר נאך, מען האט נישט געבעטן קיין טיקעט, די גאנצע וועג איז געווען מיט פאליציי, יעדע פאר טריט האט מען אפגעשטעלט, איך האב מיטגענומען דעם ספר תקוני זוהר, איך האב געלערנט אויפ'ן וועג און אין די מערה האב איך מסיים געווען תקוני זוהר. מען האט זיך נישט געקענט אפשטעלן, מען האט געטריבן.


אינדרויסן, אונטערן בנין, האב איך געזוכט וואו צו טאנצן, מיר האבן אנגעהויבן טאנצן ביז עס איז געווארן פרייליכע טענץ, מיר האבן געטאנצן פאר צוויי שעה.


וואס זאל איך דיר זאגן, אזעלכע טענץ, אזא שמחה, אזא קדושה – האב איך שוין לאנג נישט געשפירט. די אחדות; אלע אידן טאנצן לכבוד רבי שמעון בר יוחאי, אלע אידן פרייען זיך אינאיינעם, מען איז פול מיט הרהורי תשובה. איך קען נישט שרייבן וואס איך שפיר נאכאלץ אין מיין הארץ, איך וועל סיי ווי נישט קענען ארויסברענגען וואס איך שפיר, וועל איך זיך אפשטעלן פון שרייבן.


א גאנצן טאנצן האב איך געדאנקט דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים און פאר'ן מיך מקרב זיין צום נ'חל נ'ובע מ'קור ח'כמה, אויך האב איך אסאך געבעטן פאר דיר און פאר אלע אידן.


אויפ'ן וועג אראפ איז שוין געווען א גרויסער עולם אנשי שלומינו וואס זענען מיט געקומען, מען האט זיך מחזק געווען מיט די מתנה וואס מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון רבי'ן.


פלוצלונג אינמיטן וועג ווארט מיך אפ דער ... וואס איז מיר א טאג צוריק נאכגעפארן, איך האב שוין געשריבן אנהויב בריוו, און הויבט אן שרייען אויף מיר: "שגץ!" "רשע!" "מנוול!" ער האט מיך געוואלט שלאגן, ער איז געשפרינגען אין די לופט מיט א רציחה, בחסדי ה' האט מען אים צוריקגעהאלטן, עס איז געווארן א געשלעג, אבער מיר האט דער אייבערשטער געהיטן. אנהויב, אויפ'ן וועג ארויף צום מערה, האב איך געזאגט פאר די בחורים וואס זענען מיך נאכגעלאפן: "לאזט מיר אפ, לאזט מיר גיין אליין, וואס ווילט איר פון מיר?" איך האב ליב צו גיין צו רבי שמעון בר יוחאי אן קיינעם, ווי א פשוט'ער מענטש גייט, אן קיין באגלייטער, למעשה זע איך, א נס אז עס זענען יא מיט געקומען מיט מיר בחורים און אינגעלייט, אזוי בין איך געראטעוועט געווארן.


האברך ... איז געווען מיט מיר, איך האב אים געבעטן: "טו מיר א טובה, ראטעווע מיר, דו ביסט דאך א בעל כח, האלט אים אפ", איז ער צוגעלאפן צו אים און אים אנגעכאפט מיט כח ביז איך בין אראפ צו מיין דירה. שפעטער זאגט ער מיר אז זיין טאטע ר' ..., א תלמיד פון מוהרא"ש - האט אים געגעבן א פסק פארוואס ער האט דאס געטון, זיין טאטע געדענקט וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, ער האט אים געזאגט: "היתכן דו האסט אים נאר אפגעהאלטן, וואלסט אים געדארפט שפאלטן זיין קאפ, אזא מענטש וואס איז א רוצח – דארף מען אים צעברעכן זיינע ביינער".


ל"ג בעומר ביינאכט האב איך נישט געקענט שלאפן פון גרויס שמחה, איך האב געלערנט זוהר. איך האב געדאווענט ותיקין ביי מיין טאטע שליט"א. נאכן דאווענען האב איך זיך געזעצט לערנען זוהר מיט האברך ישראל יוסף שניצלער, איך האב א שיעור מיט אים יעדן שבת אינדערפרי אין ספר הזוהר, מיר האבן זוכה געווען צו ענדיגן דעם גאנצן זוהר, אויסער איין פרשה, פרשת פנחס, עס איז א לאנגע פרשה. מיר האבן געלערנט זוהר פאר לאנגע שעות, בערך זעקס שעה, נאך עטליכע אינגעלייט האבן זיך צוגעזעצט לערנען די הייליגע זוהר.


האברך בערל לעווי איז אנגעקומען אין מירון, ער האט נישט געהאט וואו איינצושטיין, ער איז געקומען על דעת צו שלאפן אויף א בענקל אין בית המדרש. איך האב זייער הנאה געהאט, געווענליך אמעריקאנער מענטשן זארגן קודם פאר די בעט וכו', דא זע איך א אינגערמאן קומט פון אמעריקע צו רבי שמעון בר יוחאי אן גארנישט, נאר צו זיין ביי רבי שמעון בר יוחאי. איך האב אים אריינגענומען אין מיין דירה, זיי האבן זיך איינגעטיילט, ער מיט יוסי האבן געהאט איין בעט; ווען ער איז געשלאפן איז ער געווען אין די מערה, און אזוי פארקערט.


עס זענען געקומען משפחות מאכן חאלאקע; האברך ברוך נוסבוים, אויך אן אייניקל פון הרב אברהם שושן פון בני ברק.


נאכמיטאג איז געווען די הדלקה ביי מיין טאטע שליט"א אין חצר מיט פייערדיגע טענץ, מען האט געטאנצן לכבוד רבי שמעון בר יוחאי מיט א העכערע שמחה.


פאר'ן אנצינדן די הדלקה איז דער מנהג אז אלע גיסן אויל לכבוד רבי שמעון בר יוחאי, מען לייגט וואטע מיט אויל, מען זינגט נגוני דביקות. איך האב זיך גוט מתבודד געווען.


עס איז גאר אנדערש ווען מען קען מאכן א כלי פון די דערהויבענע צייטן, מען קען זיך מתבודד זיין. קענסט זען יעדע מאל ביי א חופה ווען מען זינגט נגוני התעוררות, אויב איז דער חתן מקורב צום רבי'ן, וועסטו קוקן אויף זיינע ליפן ווי ער נוצט אויס די מינוטן פאר תפלה והתבודדות, און אז נישט, שטייט מען מיט א פארמאכטע מויל, און עס בלייבט גארנישט פון די דערהויבנקייט.


קענסט פרעגן די אינגעלייט ישראל יוסף שניצלער און בערל לעווי, זיי וועלן דיר דערציילן אביסל וואס דארט האט זיך געטון.


פרייטאג אינדערפרי האב איך געדאווענט ותיקין, איך האב געטראפן ר' יונה אונזער דיין, נאכן דאווענען איז ער געקומען צו אונז אין די דירה, מיר האבן געענדיגט אינאיינעם זוהר. איך האב זייער שטארק געוואלט מאכן די סיום ל"ג בעומר, אבער נאכן לערנען אזויפיל שעה האט מיר די קאפ אנגעהויבן שווינדלען, איך האב זיך געדארפט אפשטעלן; מיר האבן געלערנט אינאיינעם אפאר בלאט זוהר און געמאכט א סיום, מיין ווייב האט אנגעגרייט אביסל ירקות מיט ברויט, עס איז געווען א שיינע סיום.


שפעטער בין איך ארויף צו מיין זיידע און באבע זכרונם לברכה, זיי ליגן העכער די ציון פון רבי יוחנן הסנדלר. איך האב דארט געזאגט דעם יום תהלים, נאכדעם בין איך געגאנגען צו די מערה.


איך האב אויסגעלאזט א פרט וואס האט פאסירט ל"ג בעומר נאכמיטאג אין די מערה, דער עולם האט זיך געשטארקט קעגן די פאליציי, מען האט זיי מנצח געווען און זיי זענען אנטלאפן. מען האט ארויסגעווארפן אלע אייזענעס וואס זיי האבן געמאכט אין די מערה נישט צו לאזן מענטשן קומען, פון נאכמיטאג איז אלעס צוריק געווארן אזוי ווי אלע יארן. איך האב זיך צוריקגעהאלטן פון ארויפגיין ל"ג בעומר נאכמיטאג צו די מערה, ווייל א גאנצע צייט איז געווען שמועות אז עס איז דא מהומות וכו'. פרייטאג בין איך געווען אין די מערה, איך האב געזאגט תיקון הכללי מיט די תפילה פון רבי נתן צו רבי שמעון בר יוחאי (לקוטי תפילות חלק ב', סימן מז).


שבת בין איך געווען אין מירון, איך האב אלעס מיט געהאלטן מיט מיין טאטע שליט"א; די תפילות און די סעודות. מנחה ערב שבת האבן מיר געדאווענט אונטן אין קארלסבורג, קבלת שבת זענען מיר ארויף דאווענען אין די מערה, מען האט געטאנצן "לא תבושי", אויך "בר יוחאי"; א גאנץ יאר איז דער מנהג אין מירון צו טאנצן "בר יוחאי" נאך קדיש יתום, פאר כגוונא. (אגב, מוהרא"ש פלעגט זינגען יעדע שבת ביי די באטע "בר יוחאי").


שבת אין מירון זענען געווען טויזנטער משפחות, עס האט זיך געשפירט ווי א יום טוב'דיגער שבת. ליל שבת האב איך געגעסן ביי מיין טאטע שליט"א, אויך דער דיין ר' יונה און ישראל יוסף שניצלער נרו יאיר מיט נאך אנשי שלומינו. מיין טאטע האט מכבד געווען ר' יונה מיט'ן זינגען "אשת חיל"; ער האט אויסגערופן: "ברסלב'ער דיין אשת חיל", ער האט אים געזאגט ער זאל זינגען דעם ברסלב'ער "אשת חיל".


ביי די סעודה האט מיין טאטע שליט"א גערעדט פון די מעשה (פסחים קיב.) רבי שמעון בר יוחאי האט געבעטן רבי עקיבא זאל אים לערנען תורה, רבי עקיבא האט נישט געוואלט, האט רבי שמעון בר יוחאי געזאגט: "רַבִּי, לַמְּדֵנִי תּוֹרָה, וְאִם לָאו, אֲנִי אוֹמֵר לְיוֹחַאי אַבָּא וּמוֹסֶרְךָ לַמַּלְכוּת", איך וועל זאגן פאר מיין טאטע יוחאי און מען וועט דיר איינשפארן אין תפיסה; מיין טאטע שליט"א האט נאכגעזאגט די ווערטער פון רבי'ן (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ס) וואס איז פשט, אזוי רעדט מען צו א רבי? מען סטראשעט אים אז מען גייט אים איבערגעבן פאר די רעגירונג?! נאך איז שווער, רבי עקיבא איז דאך שוין געווען אין תפיסה, וואס זאגט ער אים "איך וועל דיך פאר'מסר'ן און לייגן אין תפיסה?" זאגט דער רבי, מען דארף אכטונג געבן נישט צו לערנען מיט תלמידים שאינם מהוגנים וכו', עיין שם.


עס זענען געווען אסאך אנשי שלומינו, זיי האבן געוואלט מאכן א באטע, עס איז געווען זייער שפעט, מען האט געענדיגט די סעודה צוויי אזייגער, עס איז נישט געווען שייך. אברהם איז אריבערגעקומען נאך די סעודה צו מיר מיט זיין משפחה פאר אפאר מינוט, עס איז געווען זייער שיין.


 שבת אינדערפרי האב איך געהאט א מעשה מיט א שיכור ואכמ"ל.


איך האב געלערנט מיט ישראל יוסף נרו יאיר זוהר חדש אויף רות, אלס הכנה פאר די הייליגע יום טוב שבועות.


דער דיין ר' יונה האט געדאווענט פסוקי דזמרה, איך האב געדאווענט שחרית און מיין טאטע שליט"א האט געליינט קריאת התורה פרשת בהר מיט בחוקותי, עס איז געווען א חוץ לארץ'דיגער עולם וואס האבן נאכנישט געהערט ליינען פרשת בהר, האט ער אנגעהויבן בהר ביז בחוקותי שני.


מיין טאטע שליט"א האט מיר געבעטן צו זאגן דברי תורה ביי די סעודה פון צופרי, איך האב גערעדט פון דאס גרויסקייט פון אידישע קינדער.


מיר געפונען אין זוהר הקדוש, רבי שמעון בר יוחאי לויבט אויס דאס טייערקייט פון אידישע קינדער, דאס גרויסקייט פון מצוות ומעשים טובים וואס מיר טוען. מיר געפונען (שבת לג:), ווען רבי שמעון בר יוחאי איז ארויס פון די מערה און געזען א איד גייט מיט הדסים לכבוד שבת, איינס פאר זכור און נאך איינס פאר שמור – האט רבי שמעון בר יוחאי געמאכט א גרויסע עסק פון דעם, אונז צו ווייזן דאס גרויסקייט פון יעדע גוטע זאך, אדער גוטע מנהג וואס א איד טוט פאר'ן אייבערשטן, אז דאס איז זייער חשוב אין הימל. היינט צו טאגס ווייסן מיר דאס חשיבות פון די זאך, איידער רבי שמעון בר יוחאי האט דאס מגלה געווען וואלט מען געלאכט פון אזא מענטש, מען וואלט אים געזאגט: "היינט איז נישט יום טוב סוכות, מאך זיך נישט נאריש, וואס איז דאס שבת מיט הדסים?!" רבי שמעון בר יוחאי האט אבער אנדערש געקוקט, ער זעט א איד טוט א שיינע זאך פאר שבת, זאגט ער: "חזי כמה חביבין מצות על ישראל", קוק ווי אידישע קינדער ליבן די מצוות.


אינטערעסאנט, דער מהרש"א זאגט (שם חדושי אגדות, דיבור המתחיל חד כנגד זכור): "וכמו שבנרות זוכין לבנים חכמים", אזוי ווי שבת ליכט איז מסוגל פאר קינדער תלמידי חכמים, "הכי נמי הדסים", אזוי אויך, ווער עס שמעקט הדסים שבת וועט האבן "בנים צדיקים, שנקראו הדסים", עיין שם; די זעלבע ווערטער זאגט דער רבי (ספר המדות אות בנים, סימן נט): "עַל יְדֵי הֲדַסִּים בְּשַׁבָּת זוֹכֶה לְבָנִים תַּלְמִידֵי חֲכָמִים".


אויך האב איך געזאגט וואס איך האב געהערט פון מוהרא"ש, אויף דעם מאמר חז"ל (ברכות לה.): "הַרְבֵּה עָשׂוּ כְּרַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאי וְלֹא עָלְתָה בְּיָדָן", אסאך האבן פרובירט נאכצומאכן רבי שמעון און זיי האבן נישט מצליח געווען, פארוואס טאקע נישט? ווייל "'הַרְבֵּה' עָשׂוּ כְּרַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאי", אסאך טון, אסאך נאכמאכן איז שווער, אבער אז מען פרובירט צו טון קלייניקייטן, זאכן וואס מען קען - דעמאלט איז מען יא מצליח.


די ווערטער איז א מצוה צו רעדן מיט מענטשן, מען זאל וויסן אז דער אייבערשטער האט ליב אידישע קינדער, דאס איז דער גאנצער זוהר; יעדע בלאט, און פאר יעדע שטיקל - זאגט ער נאכאמאל און נאכאמאל: "וואויל איז פאר אונז אידישע קינדער וואס דער אייבערשטער האט אונז אויסדערוועלט פון אלע פעלקער, ער האט אונז ליב", דאס איז סודות התורה, עס איז באהאלטן פון אונז; מען דריידט זיך ארום צעקלאפט און דערשלאגן, מען חזר'ט זיך ליגנט, מען קלאפט זיך; ווער רעדט נאך אז מען הערט תורות פון שֵׁדִין יְהוּדָאִין (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כח) וואס קלאפן דעם מענטש מיט ליגנט, אז 'דער אייבערשטער איז ברוגז אויף מיר', 'ער דארף נישט מיינע מצוות', 'ער דארף נישט מיין דאווענען' וכו' וכו'; דאס דארף מען זאגן פאר אנדערע, די ווערטער פון זוהר: "דער אייבערשטער האט ליב אידישע קינדער".


מוצאי שבת קודש בין איך געפארן קיין יבנאל צו די שבע ברכות פון ר' עזרא בוים מיט הרב אליעזר איידלשטיין. לכתחלה האב איך געוואלט גיין צו די חתונה, אבער עס איז געווען אזוי פארהאקט אין מירון, מען האט נישט געקענט ארויספארן און אריינפארן פון מירון נאר מיט א באס. איך האב זייער שטארק געוואלט זיין ביי די שמחה. יעצט מוצאי שבת קודש בין איך געפארן, עס איז געווען זייער געפיליש צו זיצן מיט אזעלכע גרויסע צדיקים, הרב רבי יצחק שליט"א, הרב רבי דניאל שליט"א, אויך דער מחותן הרב ר' אליעזר שליט"א, מיט ר' עזרא נרו יאיר.


הרב רבי יצחק שליט"א האט דערציילט זייער אינטערעסאנטע זאכן פון די השתלשלות פון יבנאל. מוהרא"ש האט געהאט פלענער צו קויפן אין מאנסי, אויך האט מוהרא"ש שוין כמעט געקויפט א חלקה אין ניו דזשערסי. איך האב זיך זייער מחי' געווען מיט די שיינע דיבורים.


אויך האט ער דערציילט שיינע אינטערעסאנטע זאכן פונעם גר צדק אברהם זכרונו לברכה, דער זון פונעם גראף פאטאצקי. מען האט באהאלטן פון אים ספר ויקרא, ווייל דאס איז דער יסוד פון א איד, ביז ער איז דערגאנגען אז חומש איז פינף, עס פעלט איין באנד. אויך די סיפור פון די שריפה, אז דער בעל יסוד ושורש העבודה האט זיך באהאלטן נאנט צום פייער צו קענען זאגן "אמן" אויף די ברכה וואס ער האט געמאכט ביים ווערן פארברענט, און נאך אסאך שיינע זאכן.


נאכדעם האט מען מיר געבעטן רעדן. איך האב גערעדט קורץ און שארף, איך האב גערעדט צום חתן, אז ער קומט יעצט קיין יבנאל דארף ער וויסן מען מוז האבן שייכות מיט ערליכע אידן, "וֶהֱוֵי מִתְאַבֵּק בַּעֲפַר רַגְלֵיהֶם" (אבות א, ד), מען מוז ליב האבן ערליכע אידן. נאר די וואס זענען צוגעקלעבט צו ערליכע אידן, צדיקים – די האבן ערליכע דורות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "דְּרָחִים רַבָּנָן", דער וואס האט ליב ערליכע אידן, "הֲוֵי לֵהּ בְּנִין רַבָּנָן", דער וועט האבן קינדער ערליכע אידן, "דְּמוֹקִיר רַבָּנָן", דער וואס איז מכבד ערליכע אידן, "הֲוֵי לֵהּ חַתְנוּתָא רַבָּנָן", וועט אויך האבן איידעמער ערליכע אידן, "דְּדָחִיל מֵרַבָּנָן", דער וואס האט הכנעה פאר ערליכע אידן, "הוּא גּוּפֵיהּ הֲוֵי צוּרְבָּא מֵרַבָּנָן", וועט ער אליינס ווערן א גרויסער צדיק. איך האב זיך געבעטן צום חתן, זיי נישט ווי די נארישע מענטשן וואס זאגן "אמאל זענען געווען צדיקים, היינט איז נישטא", דער הייליגער רבי נתן האט אמאל געזאגן פאר'ן רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן קצב): "שֶׁאֵין הָעוֹלָם רוֹצִים לְהַאֲמִין שֶׁיִּהְיוּ נִמְצָאִים עַכְשָׁו צַדִּיקִים גְּדוֹלִים בְּמַעֲלָה מְאֹד כְּמוֹ בַּדּוֹרוֹת הָרִאשׁוֹנִים", מענטשן זאגן אז היינט איז נישטא קיין גרויסע צדיקים אזוי ווי אמאליגע טעג, האט דער הייליגער רבי געזאגט: "בְּוַדַּאי נִמְצָאִים צַדִּיקִים בְּכָל דּוֹר וָדוֹר", און די אלע וואס זאגן אז היינט זענען נישטא קיין צדיקים זענען כופרים.


מוהרא"ש דערציילט, עס איז געווען א טיפש אין ברסלב, ער האט נישט געשיקט זיינע קינדער אין חדר ווייל עס איז נישט געווען קיין ברסלב'ער חדר, ביים סוף זענען אלע ארויס לתרבות רעה. און אזוי וועט זיין מיט די אלע וואס שפעטן פון ערליכע אידן, די קינדער גייען אלע ארויסגיין לתרבות רעה; וואויל איז דער וואס האט ליב ערליכע אידן און איז זיי מכבד.


איך האב געבענטשט און געזאגט די שבע ברכות, מען האט געטאנצן. איך בין געווען זייער פרייליך זיך צו טרעפן מיט תלמידי היכל הקודש, צדיקים אמיתיים שבדורינו.


פון דארט בין איך ארויף צום ציון פון מוהרא"ש. עס איז געווען די יום הולדת פון מוהרא"ש, כ"א אייר – חסד שביסוד. איך האב געזאגט תיקון חצות, תיקון רחל זיצנדיג און תיקון לאה שטייענדיג, אויך תיקון הכללי, און זיך מתבודד געווען.


איך האב געבעטן פאר יעדן איינעם בפרטיות, אויך פאר דיר אהרן בן פיגא און פאר דיין שותף אהרן ישראל בן רות נעמי, איר זאלט מצליח זיין העלפן די מוסד זיך פארברייטערן אין אלע זייטן.


דער זון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, הרב נחמן שליט"א - איז געווען דארט ביים ציון, ער האט זיך מתבודד געווען, איך האב אים נישט געוואלט שטערן. מוהרא"ש האט מיר אמאל געזאגט: "מיין זון איז אן אמת'ער לב נשבר". ער איז געזעצן ביים ציון און געוויינט אויפ'ן קול מיט א צעבראכנקייט.


מיר זענען צוריק געקומען קיין מירון פארטאגס, איך האב באגעגנט מיין טאטע ארויפגיין מיט טלית ותפילין צו די מערה, איך האב זיך שנעל איבערגעטון די בגדי שבת לבגדי חול, און ארויף דאווענען שחרית כוותיקין.


נאך שחרית האב איך געזאגט די תיקון הכללי ביי רבי שמעון בר יוחאי און די תפילה פון רבי נתן (לקוטי תפילות חלק ב', סימן מז), א הארצרייסנדע תפילה, ווי מען בעט רבי שמעון בר יוחאי ער זאל העלפן עס זאל נישט זיין קיין שכחת התורה.


עס איז נישט שייך איבערצושרייבן די זעלבע זאך יעדע פאר מינוט, וואס האט זיך אפגעטון ביי יעדע פלאץ וואו מיר זענען געווען, איבעראל קומען זיך מענטשן באדאנקען פאר זייער לעבן, זייט זיי האבן אנגעהויבן הערן די דרשות און ליינען די בריוון האט זיך אלעס ביי זיי געטוישט.


מיר זענען געפארן קיין טברי', האברך חיים מאיר ערפס נרו יאיר האט מיך ארום געטראגן. קודם זענען מיר געפארן צום הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס, איך האב זיך דארט מתבודד געווען, אויך געצינדן א ליכט מיט שמן לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס. אויך געדאווענט מנחה.


פון דארט זענען מיר געפארן צום ציון הרמב"ם, און צום ציון השל"ה און נאך צדיקים. ביים ציון השל"ה האבן מיר געזאגט די תפילת השל"ה, פון דארט זענען מיר געפארן צום קבר רבי עקיבא, נאכדעם צו קבר רבי חייא ובניו. פון דארט זענען מיר געפארן קיין ירושלים.


איך בין אנגעקומען אין אונזער בית המדרש היכל הקודש אויף רחוב רבי נחמן מברסלב 15, די שול איז געווען איבערגעפולט קעפ אויף קעפ. די גבאים האבן מיך געפרעגט וואו צו מאכן די שיעור, זיי האבן געוואלט ארויסדינגען א זאל, איך האב נישט געוואלט, איך האב ענדערש געוואלט ביי אונז אין בית המדרש, איך געפון זיך זייער גוט דארט, די לופט דארט איז זייער געשמאק און איינגענעם.


ביים סוף שיעור זענען ארויפגעקומען אויפ'ן בימה א בחור דוד שמעון לעווינסאן, און הילד יהודה בן ר' מרדכי ברילל, ביידע האבן געמאכט א סיום הש"ס, דער טאטע פונעם קינד האט געזאגט אפאר ווערטער. עס איז גאר אנדערש צו זען מיט די אויגן ווי יונגע קינדער און בחורים לערנען און ענדיגן גאנץ ש"ס אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן וואס האט אונז געלערנט א וועג ווי אזוי מיר זאלן אויסנוצן די טעג מיט לערנען כסדרן דיקא, אפילו אן פארשטיין, בגירסא בעלמא (שיחות הר"ן, סימן עו).


מעריב און ספירת העומר האב איך געדאווענט אין שול, האברך משה ראזענבערג נרו יאיר האט געדאווענט פאר'ן עמוד, ער איז אין יאר נאך זיין טאטע ר' יצחק עליו השלום.


נאך מעריב האט גענומען צייט ביז איך בין ארויס, דער עולם האט געגעבן שלום.


פון דארט בין איך געגאנגען צום אכסני', אברהם הנ"ל האט צוגעשטעלט א באקוועמע דירה מכל טוב וטוב.


בשעת די שיעור האבן זיך די ווייבער פון אנשי שלומינו צאמגענומען ביי משפחת פערל אין שטוב זיך צו באקענען מיט מיין ווייב תחי', זיי האבן איר שיין אויפגענומען. זי האט מיר דערציילט אז זי איז זייער איבערגענומען פון די פרויען, זיי זענען זייער איידל און פריינטליך, זייער צום זאך, זי איז אהיימגעקומען פון דארט זייער פרייליך.


אברהם האט צוגעשטעלט א געשמאקע מאלצייט, איך האב גערופן חיים מאיר מיט שמעון פיש נרו יאיר זאלן קומען מיט עסן, זיי האבן נאך גארנישט געגעסן פון אינדערפרי.


שפעטער ביינאכט זענען אריבערגעקומען די גבאים פון ירושלים, מיר האבן גערעדט ביז שפעט ביינאכט ווי אזוי מיר זאלן פארברייטערן די חדר, מיר גייען זוכן א גרעסערע פלאץ, מיר דארפן שוין נאך א מלמד.


איך האב געבעטן דעם גבאי יצחק נרו יאיר ער זאל ווערן מנהל רוחני פונעם חדר, איך האף ער וועט עס אננעמען. איך האב נישט צו שטארק געבעטן, כדרכנו, מיר זאגן נישט יענעם וואס צו טון, מען העלפט נאר יענעם טראכטן גוטע מחשבות און אז יענער וויל אזוי טון – טוט ער, און אז נישט – נישט, אויך האבן מיר גערעדט וועגן עפענען א ישיבה אין ארץ ישראל; דאס איך נאך א פראגע, עס איז נישט קיין גרינגע זאך.


איך בין געבליבן אויף ביז פיר אזייגער פארטאגס, מיין זון הרב אלחנן האט געדארפט אהיים פארן, איך האב נישט געוואלט ער זאל פארפאסן די פליגער.


מאנטאג אינדערפרי בין איך געגאנגען דאווענען אין אונזער בית המדרש, נאכן דאווענען איז געווען א סיום, הבחור שמעון פאללאק האט מסיים געווען ש"ס. עס איז געווען אזוי שיין, אזוי איינגענעם צו זיין צווישן אנשי שלומינו, וואו יעדער איינער לערנט אזוי פלייסיג. ביים סיום האב איך גערעדט אביסל חיזוק פון דאס גרויסקייט פון לערנען תורה.


נאכדעם איז געווען קבלת קהל, איך בין געזיצן אין שול און אויפגענומען. מענטשן זענען אריבער איינער נאכן צווייטן, יעדער מיט זיינע בקשות, מיט זיינע זאכן. בערך צוועלף אזייגער האב איך געמאכט אן הפסקה, איך בין אריבער צום תלמוד תורה מיט יצחק.


דארט אין חדר ביי משפחת פערל אין שטוב; ווען איך קום אהין כאפט מיר אן אזעלכע געפילן וואס איז שווער ארויס צו שרייבן אויפ'ן פאפיר. עס טראגט מיר צוריק ווען מיר האבן געעפנט די ערשטע תלמוד תורה חסידי ברסלב אין אמעריקע, אסרו חג פסח שנת תש"ע האבן מיר געעפנט די חדר אין א דירה אין וויליאמסבורג, דו געדענקסט זיכער אלעס וואס איך געדענק, דו ביסט דאך פון די ערשטע פינף משפחות וואס האבן אנגעהויבן די חדר, עס איז געווען קליין און בא'טעמ'ט.


דער מלמד יושע ראבינאוויטש איז א גאר פיינער מלמד, ער לייגט אריין אין די קינדער אמונה און יראת שמים, עס זענען צוגעקומען נאך צוויי משפחות אין חדר, משפחת לעווינסאן און משפחת גאטליב.


איך בין אריין צו משפחת פערל רעדן מיט זיי בענין עצתו אמונה און איש אמונות, זיי ארבעטן יומם ולילה לא ישבותו ארויסצוגעבן וועכנטליך די קונטרסים איש אמונות און עצתו אמונה, איך ווייס נישט ווי זיי נעמען די כוחות און די צייט, עס איז ביי מיר א גרויסע וואונדער, איין משפחה זאל אריינלייגן אזויפיל שעות א וואך פאר הפצה... אשרי להם, וואויל איז זיי! עס איז די גאנצע שטוב זייערע; אלעס איז דארט, די חדר, די הדפסה, דער בית המדרש האט זיך דארט אנגעהויבן.


פון דארט בין איך צוריק אין שול ווייטער אויפנעמען מענטשן, מחזק זיין אידישע קינדער, אויסהערן אידישע הערצער – ביז שפעט נאכמיטאג. עס איז געווען אינטערעסאנט צו זען ווי אלע שטייען אין די שורה מיט א ספר אין די האנט און לערנען זייערע שיעורים כסדרן, קיינער האט נישט מבטל געווען קיין צייט, דאס איז דאך איינע פון די מעלות פונעם סדר דרך הלימוד, מען קען אלץ לערנען, מען דארף נישט אנברענגען קיין צייט.


נאכדעם איז געווען נאך א סיום הש"ס, הבחור שמואל אייזיק בן ר' שמעון עוזר פערל האט מסיים געווען ש"ס, או איז דאס געווען שיין, וואס איז דא שענער ווי א סיום הש"ס פון א יונגער בחור... איך בין ממש געפאלן פון מיינע כוחות פון ארבעטן ארום די זייגער, טאג און נאכט, אן עסן, אן שלאפן. מענטשן האבן מיר געפרעגט ווי נעמט מען די כוחות? דער ענטפער איז, ווען מען זעט בחורים, אינגעלייט און קינדער לערנען די הייליגע תורה – דאס געבט כח, זיצן ביי א סיום הש"ס – דאס איז פאר מיר עסן און שלאפן.


מיר האבן געדאווענט מנחה מעריב, ספירת העומר. נאך מעריב האט מען אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה פאר "בית המדרש היכל הקודש סטעטן איילענד", ר' יעקב היילפרין האט אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה ביים סופר ר' נחמן יאקאבאוויטש, מאנשי שלומינו; איך האב געשריבן דעם גאנצן ווארט "בראשית".


נאכדעם בין איך אהיים זיך צאמפאקן די פעקלעך, מיר זענען געפארן צום הר המנוחות. מיין ווייב האט דארט א זיידע און באבע, זיי ליגן די ערשטע רייע ביי די בעלזא נייע חלקה, פינקט אנטקעגן די ציון פון הייליגן חיד"א זכותו יגן עלינו.


מיין זיידע, הרב החסיד רבי יצחק דוד הכהן פריעדמאן זכרונו לברכה איז געווען א גרויסער ערליכער איד, א תלמיד פון פאפא רב זכרונו לברכה, א בעלזער חסיד, אויך א מוקיר רבנן. איך האב געהאט די זכי' צו לערנען נאך מיין חתונה בחברותא מיט אים יעדע נאכט אין פאפא שול אין וויליאמסבורג מסכת שבת, איך האב אסאך קונה געווען פון אים.


יעדע יאר פאר ראש השנה, ווען איך האב זיך געזעגנט פון אים - האט ער מיט טרערן אין די אויגן מיר געבעטן איך זאל מתפלל זיין פאר אים וכו' וכו', אויך די באבע, רחל בת הרב החסיד ר' שלמה גפן ליגט דארט, זי איז געווען א גרויסע צדקת.


איך בין אריין ביים אוהל פונעם חיד"א, איך האב מתפלל געווען און זיך מתבודד געווען. אויך דארט האבן מיר ספרדי'שע אידן באפאלן מיט שכוח'ס פאר די שיינע חיזוקים וואס זיי זענען מקבל.


אין עירפארט האב איך גערעדט מיט די גבאים פון ירושלים וויכטיגע זאכן, עניני קהילה, זאכן וואס מען קען נאך מער טון; דאס וועל איך נישט שרייבן, איך וועל דאס רעדן מיט דיר פריוואט.


די וועג איז געווען גאר גוט ברוך ה', איך בין געשלאפן רוב וועג, פארטאגס האב איך געוואשן נעגל וואסער, געזאגט ברכת התורה און זיך מתבודד געווען.


האברך שמואליק בלעדי האט מיך אפגעווארט, איך בין אהיים געגאנגען העלפן ארויפטראגן די פעקלעך, העלפן מיין ווייב, גלייך געגאנגען אין מקוה און געלאפן אין ישיבה. אנקומענדיג אין ישיבה איז נאך דער בית המדרש געווען ליידיג, איין קינד איז דארט געזעצן און געלערנט, הילד שמעון פארקאש א זון פון ר' מאיר דוד נרו יאיר; ער איז א פלייסיג קינד, ער לערנט יעדן אינדערפרי שעות אין בית המדרש.


גלייך נאכדעם זענען די בחורים געקומען, איך האב פארגעלענט א שיעור גמרא, די היינטיגע בלאט. אויך האב איך אנגעגרייט א שיעור פאר די פרויען, איך געב נישט שיעורים פאר פרויען דירעקט, איך זאג אריין א שיעור אין א מאשין און דאס שפילט מען נאכדעם אויף פאר אנשי שלומינו, יעדן דינסטאג איז דא א פרויען צאמקום אין שטעטל, די פרויען קומען זיך צאם, מען הערט א שיעור; דארף איך יעדע וואך אנגרייטן א שיעור פאר זיי.


נאך שחרית בין איך ארויסגעפארן אין שטעטל, צום ערשט בין איך געגאנגען קוקן דעם נייעם בנין קרן הדפסה, איך זע ווי מוהרא"ש שמייכלט אויבן אין "גן עדן" ווען ער קוקט אראפ און זעט דעם בנין הדפסה, וואו מען דרוקט טויזנטער ספרים טעגליך.


איך האף בקרוב וועט זיין דער חנוכת הבית. איך וויל ווייזן פאר אנשי שלומינו די גרויסע אפעראציע וואס טוט זיך דארט אפ, איך וויל אז יעדער איינער זאל האבן א חלק אין הדפסה און א חלק אין הפצה, מען קען נישט זיצן ווי א מחותן מיט פארמאכטע הענט, נאר יעדער איינער זאל האבן א חלק אין ברענגען משיח.


פון דארט בין איך געגאנגען צו די קינדערלעך; דאס איז דאך מיין זאך, חינוך הבנים והבנות. איך האב געגעבן דריי שיעורים, איינס פאר די מיידלעך, צוויי פאר די סטעף – מלמדים און טישטערס וכו', און פאר די אינגלעך. אויך בין איך געגאנגען מיט די אינגלעך א שפאציר, זיי ווייזן די נייע בנין התלמוד תורה וואס מען בויט יעצט.


איך בעט דיר זייער טייערער אהרן בן פיגא, העלף מיר רעדן מיט אנשי שלומינו, אלע זאלן נעמען א טייל אינעם קאמפיין וואס מיר מאכן נאך שבועות. איך דארף רחמי שמים נישט אריינזינקען אין א טיפע לאך פון חובות, די מוסד האט שרעקליכע חובות. די יאר האבן מיר געבויט שולן און מקוואות, מצה בעקעריי, יעצט האט מען געקויפט א פלאץ פאר די קינדער פאר זומער, פון אלע זייטן האב איך חובות, איך בעט דיר זייער זאלסט אנווארעמען אנשי שלומינו.


אפשר יעצט וועט מקוים ווערן דאס וואס מוהרא"ש האט דיר געבעטן זאלסט זיין פאנדרעיזער פאר זיינע מוסדות; אזוי ביסטו דאך מקורב געווארן, מען האט דיך געברענגט פאר א פאנדרעיזער פאר די מוסדות אין יבנאל, יעצט וועט דאס מקוים ווערן.


פון חדר בין איך געפארן צום שטוב פון ישראל חיים נרו יאיר, ער האט מיך איינגעליידנט צו א שבע ברכות פאר זיין טאכטער מיט החתן אלי' בן ישראל שלום נרו יאיר. איך זאג דיר דעם אמת, מיין קאפ האט שוין געשווינדלט פון זיין אויף אזוי לאנג, אבער איך האב זייער שטארק געוואלט זיין ביי זייער שמחה. ערשטנס, די מחותנים זענען ביי מיר זייער טייער, דער אבי הכלה איז אן איידעלער מענטש, ער פירט אן איידעלע ריינע שטוב, און אזוי אויך דער אבי החתן פירט א שיינע ערליכע אידישע שטוב; איך שטאלציר מיט אזעלכע טייערע משפחות.


צווייטנס, דער חתן נרו יאיר איז געווען אלע יארן אין ישיבה, ער האט אלץ געהאלפן די ישיבה, ער האט אלץ צוגעלייגט א האנט, אויך די כלה איז פון די חשוב'ע תלמידות.


איך האב גערעדט אפאר ווערטער, איך האב געזאגט וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן ביי שבע ברכות. מען זאגט אין די ברכות: "שַׂמֵּחַ תְּשַׂמַּח רֵעִים הָאֲהוּבִים, כְּשַׂמֵּחֲךָ יְצִירְךָ בְּגַן עֵדֶן מִקֶּדֶם"; דאס איז די נשמה פון חתן כלה וואס אין הימל זענען זיי געווען איינס, יעצט ווען זיי טרעפן זיך איינער דעם צווייטן וואונטשט מען זיי: "שַׂמֵּחַ תְּשַׂמַּח וְגוֹ', כְּשַׂמֵּחֲךָ יְצִירְךָ בְּגַן עֵדֶן", זיי זאלן לעבן מיט ליבשאפט, מיט פרייד אזוי ווי זיי האבן געלעבט אויבן אין גן עדן, זיך נישט קריגן, זיך נישט באשולדיגן, און אז דער חתן וויל אז זיין ווייב זאל אנערקענען אין חתן דומה למלך, דארף ער רעדן צו איר ווי מען רעדט צו א מלכה, וועט זי רעדן צו אים ווי מען רעדט צו א מלך.


איך האב געזאגט הויך אויפ'ן קול וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש. מוהרא"ש האט מיר געגעבן די זאך אז ווען מיין ווייב רופט מיר אויפ'ן טעלעפאן הייב איך אויף אן ווערן נערוועז, זאל זי רופן הונדערט מאל א טאג, איך הייב אויף, איך הער איר אויס; דאס איז איינע פון די מיליאנען פינטלעך וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש.


פון דארט בין איך געגאנגען נעמען מיינע קינדער, איך האב צעטיילט מיינע קינדער פאר די נסיעה, א טייל ביי מיין זון הרב שלמה, א טייל ביי משפחות אין וויליאמסבורג, ביי ר' מרדכי אינדיג, און ביי שבתי מזרחי.


איך בין געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי די נייע פארפאלק.


איך בין יעצט צוריקגעקומען פון די נסיעה, איך האב גערופן א מנין בחורים צו מיר אין שטוב פאר א מנין מעריב, יעצט איז שוין שפעט ביינאכט, איך גיי זיך צולייגן, מען דארף אביסל שלאפן צו קענען ווייטער אנגיין מיט עבודת השם.


איך בין מתפלל פאר דיר און פאר דיינע קינדער, איך האב געטראפן דיינע קינדער היינט אין שטעטל. דיין זון פנחס דוד נרו יאיר קאכט אין בית המקדש פאר די צאן קדשים, דיין איידעם אברמי האבן איך געטראפן אין בנין קרן הדפסה, ער ארבעט אויפ'ן אלבוים "טאנץ מיט אמונה #4", דיין איידעם הערשל נרו יאיר איז דאך א מלאך המושיע פאר אונזערע קינדער, ער זיצט מיט א כתה קינדער, לעבעדיגע קינדער וואס יעדע רגע ווילן זיי ארויסטאנצן פון די הויט, ער האלט זיי מיט אזא סבלנות. רפאל נרו יאיר, דער אדמיניסטראטאר זאגט מיר היינט, דיין איידעם הערשל נרו יאיר זאגט אים, ער האט א גוטע פראומאושן ווי אזוי צו איינקעסירן שכר לימוד, אזוי טוען דאך אלע מוסדות, מען רופט אויס ווער עס צאלט שכר לימוד גייט אריין אין א גורל וכו', זאגט ער, מען זאל אויסרופן, ווער עס קען אריינקומען אין זיין כתה האלטן די כתה פאר איין שעה און די קינדער וועלן אים נישט ארויסטראגן, דער דארף נישט צאלן שכר לימוד פאר א יאר; אזוי וועלן עלטערן האבן א געפיל און צאלן שכר לימוד, מען זאל קענען באצאלן פאר די מלמדים די מינימאלע געהאלט וואס עס קומט זיי.


ווען דו רעדסט מיט אנשי שלומינו זיי זאלן זיך אנשליסן אינעם קאמפיין, זאג זיי צוויי זאכן. איינס, זיי זאלן נישט געבן זייער געלט, זיי זאלן ברענגען געלט פון חברים, משפחה, באקאנטע וכדומה, צווייטנס, וואס רבי נתן האט געזאגט פאר'ן רבינ'ס אייניקל ווען ער האט אים געבעטן געלט פאר'ן קלויז אין אומאן און ער האט געקווענקלט, האט ער אים געזאגט די ווערטער: "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך אויספירן אן דיר אויך, נאר שענער און בעסער וועט זיין אז דו וועסט העלפן"; נאך די ווערטער האט ער געגעבן צדקה, אזוי זאלסטו זאגן פאר אנשי שלומינו: "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך אויספירן אן דיר, נאר שענער און בעסער וועט זיין אויב דו וועסט צולייגן א האנט, העלפן די הייליגע מוסד, די הייליגע קהילה".


איך שלאף שוין איין, זיי מיר געזונט.

#22 - הויב אן צוריק הפצה, וועט דיר נישט פעלן קיין געלט
הפצה, פרנסה, לימוד התורה, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"א אייר, כ"ו לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


איך האב ערהאלטן דיין פראגע.


דיין זאך זאל זיין הפצה, מוהרא"ש האט דיר דאך בפירוש געזאגט זאלסט נישט טון קיין וכו', איז וואס פרעגסטו איבער?


אז דו וועסט טון אין פארשפרייטן די ספרים, דו וועסט טון אין הפצה – וועסטו האבן שפע, עס וועט דיר נישט פעלן קיין געלט.


פרוביר עס אויס, הויב אן צוריק "הפצה" – וועט דיר נישט פעלן קיין געלט.


אינדערפרי זאלסטו לערנען דיינע שיעורים: מקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכה ואגדה, זוהר, תיקוני זוהר וספרי רבינו, און מיטאג זאלסטו זיך ארויסלאזן אויפ'ן פראנט, ווי א סאלדאט גייט אין מלחמה – מיט ספרים וקונטרסים, דאס איז די געווער – וועסטו זייער מצליח זיין.

#21 - דער שיעור פון פארלערנען משניות איז דיין זכות
משניות, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקרא, ז' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער שוואגער ... נרו יאיר


מיר האבן נעכטן מסיים געווען סדר זרעים; איך לערן פאר אין ישיבה פאר די בחורים יעדן טאג א פרק משניות, מיר האבן אנגעהויבן דעם ווינטער מסכת ברכות, נעכטן האבן מיר מסיים געווען סדר זרעים.


דאס איז אלעס אין דיין זכות, דו האסט מיר געבעטן איך זאל פארלערנען משניות, איך בין דיר זייער מכיר טובה פאר'ן מיר מעודד זיין. דאס איז די דריטע מאל וואס איך לערן פאר פאר תלמידים משניות, זעכצן יאר צוריק און פופצן יאר צוריק האב איך פארגעלערנט משניות, א שאד מען האט דאס נישט דעמאלט אפגעכאפט, יעצט איז דאס אפגעכאפט, קען מען דאס מפרסם זיין פאר בחורים און אינגעלייט וואס ווילן האבן א שיעור אין משניות, וועט זיי דאס העלפן.


שטארק זיך, העלף האברך ... ער זאל קענען ארויסגעבן די שיינע ספרים וואס זענען מחי' אידישע קינדער.

#20 - דאנק דעם אייבערשטן אז דיין ווייב לאזט דיר פארן קיין אומאן
שלום בית, משניות, אומאן, מוהרא"ש, לימוד התורה, גמרא, ראש ישיבה, שיעורים כסדרן, סדר היום, חומש רש"י

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תרומה, ב' דראש חודש אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין ווייב תחי' זאגט דיר בפה מלא אז דו קענסט פארן קיין אומאן - קענסט שוין יעצט דינגען א בעט; וואס נאך דארפסטו? נאר דאנקען דעם אייבערשטן און בעטן יעדן טאג דו זאלסט טאקע קענען זיין ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה די יאר און אלע יארן; דו, דיינע דורות און אלע אידן.


בתחילת התקרבותי ווען עס איז אויף מיר אריבער שווערע מניעות צו פארן אויף ראש השנה, איך פלעג דערציילן פאר מוהרא"ש מיינע מניעות, פלעגט מוהרא"ש מיר פרעגן: "וואס זאגט דיין ווייב? דיין ווייב איז מסכים זאלסט פארן?" ווען איך פלעג ענטפערן פאר מוהרא"ש: "מיין ווייב איז מיט מיר, זי וויל איך זאל גיין צום רבי'ן" - פלעגט מוהרא"ש מיר זאגן אלע יארן די זעלבע זאך: "זאלסטו איר קויפן א שיינע מתנה און איר ווייטער מכבד זיין", אזוי ווי דער רבי לערנט אונז מען זאל מכבד זיין די ווייב.


העיקר שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן. מאך זיך א קביעות צו לערנען יעדן טאג מקרא - שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י. פארלייג זיך אויף לימוד חומש רש"י. מוהרא"ש זאגט בשם דער הייליגער שר שלום פון בעלזא זכותו יגן עלינו, ער האט געזאגט: "ווער עס וועט לערנען און ענדיגן יעדע וואך חומש מיט רש"י, איז פארזיכערט אז ער וועט זיצן אויף יענע וועלט אין די היכל פון רש"י"; אויך שטייט פון הייליגן רבי פנחס'ל קאריצער זכותו יגן עלינו אז לערנען חומש רש"י יעדע וואך איז מסוגל צו האבן אמונה; אזוי אויך זאגט מען נאך פון צדיקים אויף דעם לשון וואס שטייט אין מחבר (סימן רפה, סעיף ב): "וִיְרֵא שָׁמַיִם יִקְרָא תַּרְגוּם, וְגַם פֵּירוּשׁ רַשִּׁ"י", א ירא שמים זאל מעביר סדרה זיין סיי תרגום און סיי מיט רש"י; אז דאס אליינס מאכט א מענטש ער זאל ווערן א ירא שמים. אזוי אויך זאגט מוהרא"ש בשם דעם הייליגן צדיק רבי ישכר דוב מבעלזא זכותו יגן עלינו: "א טאג וואס מען לערנט חומש מיט רש"י איז מען פארזיכערט אז אין דעם טאג וועט מען נישט זינדיגן".


נאכדעם זאלסטו לערנען א שיעור אין משניות; מוהרא"ש פלעגט זיך שטענדיג בארומען, ווען מען זעט א אינגערמאן אדער א בחור מיט א משניות, זאגט מען גלייך אויף אים: "דו ביסט א תלמיד היכל הקודש". מוהרא"ש האט געלייגט זייער א שטארקע דגוש אויף לימוד משניות, ווייל דורך לערנען משניות וועלן מיר ארויסגיין פון גלות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ז, ג): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנָיוֹת", משיח וועט קומען נאר בזכות וואס מען לערנט משניות, נאך זאגן חז"ל (סנהדרין מב.): "בְּמִי אַתָּה מוֹצֵא מִלְחַמְתָּהּ שֶׁל תּוֹרָה? בְּמִי שֶׁיֵּשׁ בְּיָדוֹ חֲבִילוֹת שֶׁל מִשְׁנָה".


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואס פאר א כח משניות האט, און וואס עס טוט פאר'ן מענטש; מיר זאגן יעדן טאג ביים דאווענען (תהלים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי", וואס דאס איז ראשי תיבות "מִשְׁנָה"; אז א מענטש זאגט משניות - נעמט דאס אים ארויס פון שאול תחתית.


דיין דריטע שיעור זאל זיין אין גמרא; מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט בשם הרב הקדוש רבי יהושע'לע בעלזער זכותו יגן עלינו וואס ער האט נאכגעזאגט פון זיין גרויסן טאט'ן דער הייליגער שר שלום זכותו יגן עלינו: "אז מען לערנט א דף גמרא מיט רש"י, איז עס מסוגל פאר הצלחה"; און ער האט געזאגט אז ער האט געזען אסאך מענטשן וואס זיי זענען אין זייערע יונגע יארן געלעגן טיף אין שאול תחתית רחמנא לצלן, און זיי האבן זיך אונטערגענומען צו לערנען יעדן טאג א דף גמרא, דורכדעם זענען זיי ארויסגעגאנגען פון זייער פלאנטער, זיי האבן זיך געקענט שטארקן אויף זייערע ביטערע נסיונות וכו' און זיי זענען געווארן גרויסע תלמידי חכמים.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן, איך דארף מקצר זיין, איך לויף אריין צו די בחורים; זיי ווארטן אויף אביסל חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - קוקן גוטס אויף זיך אליינס
שמחה, שלום בית, התחזקות, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, שיעורים כסדרן, נסים, נקודות טובות, עצות, חודש אדר

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת משפטים, מברכים חודש אדר א', כ"ו שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש תושבי ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


מיר האבן געבענטשט דעם שבת - חודש אדר, די יאר האבן מיר צוויי אדר'ס. די הייליגע חכמים זאגן (תענית כט.): "מִשֶּׁנִּכְנַס אֲדָר מַרְבִּין בְּשִׂמְחָה"; די יאר האבן מיר צוויי חדשים צו פארמערן מיט שמחה, ווי אזוי קען מען זיין פרייליך? ווי אזוי ווערט מען פרייליך? א מענטש זאגט: 'אדרבה, איך וויל זיין פרייליך, אבער איך בין אזוי צעבראכן פון וואס עס גייט אויף מיר אריבער, פון וואס איך לייד אלץ, אפגערעדט פון מיינע נסיונות, מיינע נפילות וואו דער יצר הרע ווארפט מיר אראפ, ווי אזוי קען איך זיין פרייליך?'


דער ענטפער איז, דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א וועג ווי אזוי צו קוקן אויף זיך, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב; חלק ב', סימן י): "זוך אויף אין זיך גוטע נקודות, זוך גוטס אין זיך אליינס; זיי זיך מחי' מיט דעם וואס דו ביסט א איד, שלא עשני גוי!"


מוהרא"ש דערציילט, דער הייליגער צדיק הרב הקדוש רבי צדוק הכהן מלובלין זכותו יגן עלינו ברענגט אין זיין ספר פרי צדיק, א מורא'דיגע מעשה (חג השבועות, אות יג). דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט יעדן טאג זאגן די ברכות השחר הויך אויפ'ן קול, איין טאג האט ער פארפעלט צו זאגן די ברכה "שלא עשני גוי", איז איינער צוגעגאנגען צו אים און געזאגט: "רבי, איר האט אויסגעלאזט א ברכה, די ברכה פון שלא עשני גוי", האט אים דער הייליגער קדושת לוי געזאגט: "איך האב שוין געמאכט היינט די ברכה! ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי בין איך געווען זייער צעבראכן ביי זיך, איך האב נישט געקענט טרעפן קיין שום זאך מיט וואס איך זאל זיך קענען מחי' ומחזק זיין, האב איך געטראכט צו מיר: 'א איד בין איך דאך, איך בין נישט קיין גוי', און פון גרויס שמחה האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן און איך האב גלייך געמאכט די ברכה 'שלא עשני גוי', מיט דעם האב איך זיך מחי' געווען".


זעט מען פון דעם, אז אויב אזא הייליגע צדיק, וואס דער רבי האט אים אנגערופן "פאר הדור" (עיין שיחות הר"ן, סימן קצו) - האט נישט געהאט מיט וואס זיך צו מחזק זיין, נאר מיט'ן "שלא עשני גוי", איז דאך זיכער אז מיר קליינטשיגע מענטשעלעך, וואס מיר זענען טאקע גארנישט - דארפן מיר זיכער נעמען דעם "שלא עשני גוי" און זיך מחזק זיין מיט דעם, טראכטן שטענדיג צו זיך: 'ברוך ה' איך בין נישט קיין גוי טמא, איך בין א איד!'


אז דו וועסט גוט אריינקוקן אין זיך וועסטו זען אז דו ביסט נישט אזוי שלעכט, דו ביסט אנגעפילט מיט אזויפיל גוטס; 'ברוך ה' פיאות האב איך, א בארד האב איך, איך לייג טלית און תפילין, איך גיי מיט ציצית, איך עס כשר'ס, איך האב א מזוזה' - די אלע זאכן מאכן פרייליך.


ווער רעדט נאך אז מען איז זוכה, מען לערנט אביסל חומש רש"י יעדן טאג, - דאס איז דאך ממש א פארמעגן! מען לערנט משניות, גמרא - דאס מאכט פרייליך, "פִּקּוּדֵי ה' יְשָׁרִים מְשַׂמְּחֵי לֵב (תהלים יט, ט)", מען ווערט פרייליך, מען ווערט אויסגעלייזט, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (אבות ו, ב): "אֵין לְךָ בֶן חוֹרִין", ווער איז אויסגעלייזט? "אֶלָּא מִי שֶׁעוֹסֵק בְּתַלְמוּד תּוֹרָה", נאר דער וואס לערנט תורה.


שטארקט אייך טייערע חברים, לאמיר זיך שטארקן מיט די שיעורים כסדרן, לאמיר זיך שטארקן מיט די זיסע ליכטיגע עצות פון רבי'ן; די עצה פון קוקן גוטס אויף זיך אליינס, פון זיך אליינס ליב האבן, פון זיך מחי' זיין מיט אונזערע דריי עקיגע דאווענען. דער הייליגער תם פלעגט נעמען זיין שיך וואס האט געהאט א פנים ווי דריי עקן, ער האט זיך אזוי מחי' געווען דערמיט, ער האט זיך געזינגען (ספורי מעשיות, מעשה ט', מחכם ותם): "מיין טייערע שיכעלע, מיין ליבער שיכעלע, מיין וואוילע האניגדיגע שיכעלע", ווען דער רבי האט אויסגעפירט די מעשה האט דער רבי געזאגט: "אז דער דאווענען איז אזוי ווי דריי עקן, פארשטיי גוט ווי אזוי מען קען אפלעבן א לעבן מיט א שיך מיט דריי עקן, און זיך אזוי מחי' זיין און זיך אזוי פרייען און האבן א פרייליכע לעבן, מער ווי דער וואס פאלט אין חכמות".


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך קומען אין אפאר וואכן ארום קיין ארץ ישראל, איך וועל באזוכן ביי אייך אין שול. איך בענק שוין זייער, איך ווארט שוין זייער אייך צו טרעפן, צו הערן פון יעדן איינעם זיינע סיומים, צו הערן יעדנ'ס מופתים; די עכטע מופתים - וואס מען האט באקומען פון רבי'ן.


וואס איז א מופת? א מופת איז, אז מען קוקט זיך אן און מען געבט א טראכט: 'ווער בין איך געווען? ווי אזוי האב איך אויסגעזען? איך ווייס דאך יא ווער איך בין, איך האב געטראפן דעם רבי'ן, דער רבי האט מיך געברענגט צו אזעלכע שיינע זאכן; איך האב שיעורים, איך בין זיך מתבודד, איך האב שלום בית', שלום בית איז די גרעסטע מופת פון רבי'ן; 'איך ענטפער נישט אין שטוב, איך שלינג אראפ ווען זי זאגט מיר'; אוי איז דאס א מופת, נאר דער רבי קען באווייזן אזעלכע מופתים, נעמען א מענטש און אים מאכן נישט ענטפערן... 'איך ווייס דאך יא ווער איך בין, און קוק וואס דער רבי האט געטון מיט מיר'.


א אינגערמאן פון ענקער חבורה האט מיר געשריבן די וואך אזא שיינע מופת, איך מוז אייך שיקן א קליינע שטיקל פון די בריוו:


דער אייבערשטער האט געמאכט מיט מיר א נס אז איך בין מקורב געווארן צו היכל הקודש.


איך בין אהיימגעקומען פרייטאג צו נאכטס נאכ'ן דאווענען, און איך זע אז דער שבת טיש איז א באלאגאן, נאך פול מיט מוקצה זאכן, די בענקלעך זענען נאך איבערגעדרייט אויפ'ן טיש פון אויפוואשן די ערד פריער, און מיין ווייב שלאפט נאך א שווערע וואך ארבעט.


איך טראכט צו זיך וואס איך וואלט געטון אין אזא צייט, ווען איך זאל נישט זיין מקורב צום ראש ישיבה שליט"א, עס וואלט ארויס א געדיכטע רויך פון הויז. דער אייבערשטער האט אבער רחמנות געהאט אויף מיר, איך האב גלייך געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל זיך נישט אויפרעגן, מיר זאלן האבן א פרייליכער שבת אפילו די הויז זעט אזוי אויס, איך האב ברוך ה' מסדר געווען און צוגעגרייט דעם שבת טיש, און מיר האבן געהאט א פרייליכע סעודה.


די זעלבע האט זיך איבערגע'חזר'ט שבת אינדערפרי, איך קום אן אהיים, און אלעס ליגט נאך פונקט אזוי ווי מ'האט עס איבערגעלאזט נעכטן נאכט נאך די סעודה, ווען מען איז געווען מיד און מ'איז געגאנגען שלאפן אן אפרוימען דעם טיש. יעצט האלט איך נאך פאר'ן קידוש מאכן, מיין ווייב האט שוין קידוש געמאכט פאר די קינדער און איז געגאנגען שלאפן נאך א שווערע פולע וואך מיט די קינדער, ווען יעדע נאכט טיילן זיך די קינדער איין, יעדע שעה וויינט א צווייטער און וועקט אונז אויך, און איך האלט יעצט איינס אזייגער נאכמיטאג, נאך גארנישט געגעסן היינט, און איך בעט ווידער דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף מיר, איך זאל נישט ווערן אין כעס, איך זאל זיך האלטן פרייליך, און ברוך ה' דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן, אום דריי אזייגער האבן מיר געקענט אנהויבן די סעודת שבת קודש.


איך דאנק דעם אייבערשטן און איך דאנק דעם ראש ישיבה שליט"א, איך קען אפילו נישט טראכטן ווי אזוי איך וואלט געלעבט אן די עצות פון הייליגן רבי'ן, אז איך זאל קענען בלייבן פרייליך, און מיין ווייב זאל אפילו נישט כאפן ווי אזוי די הויז האט אויסגעזען ווען איך בין אהיימגעקומען, און ווי לאנג איך האב געווארט אויף איר מיט סבלנות אז זי זאל זיך קענען אפרוען אביסל, און זי ווייסט נישט ווי שטארק איך האב געדארפט ארבעטן אויף זיך, נישט זיך אויפצורעגן און זיין פרייליך, נאר דורכ'ן אסאך בעטן דעם אייבערשטן.


יישר כח פאר אלע עצות און חיזוק, ווי אזוי זיך צו קענען דערהאלטן אין יעדן מצב.


איך דארף מקצר זיין, איך מוז אהיים לויפן העלפן מיין ווייב.


א פרייליכן ליכטיגן שבת און א גוטן חודש.

#18 - ווען דו לערנסט, זאלסטו ארויסזאגן די ווערטער
התחזקות, לימוד התורה, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן; אפילו עס איז דיר שווער - דאך זאלסטו ווייטער אנגיין מיט דעם. אזוי איז ווען מען דינט דעם אייבערשטן, אין אנהויב שפירט מען א שווערע טעם, אבער מיט דער צייט ווערט עס אזוי זיס און געשמאק, מען וויל שוין גארנישט, מען דארף שוין גארנישט; מען וויל נאר בלייבן מיט די טעם פון לערנען און דאווענען.


ווען דו לערנסט - זאלסטו ארויסזאגן די ווערטער. דער רבי זאגט (ספר המדות אות לימוד, סימן טז): "הַלּוֹמֵד בְּקוֹל רָם מַאֲרִיךְ יָמִים, וְתַלְמוּדוֹ מִתְקַיֵּם בְּיָדוֹ", ווער עס לערנט אויפ'ן קול - וועט לאנג לעבן, און די תורה וועט זיך ביי אים האלטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.