בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה, י"ב תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואס גייט פאר מיט דיר? וואס דארפסטו זיך קריגן מיט עלטערן?! אז א טאטע קומט אהיים נעמען זיין קינד - וואס קריגסטו זיך מיט אים? וואס מאכסטו זיך נאריש? ווער עס קומט אין חדר - זאלסטו אויפלעבן, און ווער עס וויל נישט קומען - זאל נישט קומען; וואס האט דאס מיט דיר? וואס דארפסטו זיך קריגן? די קונץ איז - מאכן די קינדער זאלן וועלן קומען.
זע עס זאל זיין א פרייליכע אטמאספער אין חדר, עס זאל נישט זיין אנגעצויגן; נאר אז עס איז פרייליך - וועלן די קינדער אויפכאפן די לימודים, די שיינע זאכן וואס דו לערנסט מיט זיי.
אויב אין חדר איז דא אן אנגעצויגנקייט - ווערן די קינדער מיט דער צייט פארקלאפט און פארמאכט.
בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט האבן אייזערנע נערווען, אייזערנע כוחות, אייזערנע געדולד - צו יעדן קינד, און נישט ווערן צושפילט פון די עלטערן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.