בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מיר זענען אייך שטארק מכיר טובה פאר די גוטע זאכן וואס איר העלפט אונז
הכרת הטוב, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד אונזער טייערער ליבער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די ישיבה; מיר זענען אייך שטארק מכיר טובה פאר די גוטע זאכן וואס איר העלפט אונז מאז ומקדם, פון ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין אריינצוגיין אינעם יום טוב מיט שמחה, שפירן די הייליגקייט פון יום טוב און זוכה זיין צו געזונט, און נחת פון אייערע קינדער און אייניקלעך.