בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מיט חברים א שאד צו רעדן, מיט די ווייב דארף מען רעדן
שלום בית, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקהל, כ"ו אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


שטארק זיך אין דיין עבודת השם, נוץ אויס דיינע יונגע יארן צו לערנען און דאווענען, די יונגע יארן – אז מען נוצט אויס אויף תורה און עבודת השם – קען מען זוכה זיין אסאך מער ווי אויף דער עלטער, איין טאג אלס אינגערמאן איז ווי א גאנצע יאר אויף דער עלטער.


אויך זאלסטו מאכן צייט יעדן אויף דער נאכט צו שמועסן מיט דיין ווייב, דו האסט זוכה געווען צו אן אשת חיל, זי איז פול מיט געטליכקייט, זי איז נישט פארנומען מיט נארישקייטן, איר קאפ איז ביים אייבערשטן, זי וויל אבער אביסל חיזוק פון דיר, און אויפמערקזאמקייט. גרייט זיך אן עפעס וואס צו שמועסן, דערצייל איר דיין סדר היום, ווי דיין טאג איז געווען.


מוהרא"ש האט מיר כמה פעמים געזאגט, עס טוט אים וויי אז ער האט נאך די חתונה נישט געוואוסט ווי וויכטיג עס איז צו שמועסן אביסל מיט די ווייב, נאך די חתונה האט ער זייער פלייסיג געלערנט, און ווען זיין ווייב האט אים עפעס געפרעגט, האט ער געענטפערט: "נא נא", אזוי ווי מען ענטפערט אינמיטן דאווענען וואו מען קען נישט אויסרעדן, מען ווייזט מיטן פינגער אויפן מויל און מען ברומט "נא נא"; מוהרא"ש האט געזאגט: "וואלט איך געהאט די ספרים אשר בנחל – וואלט איך געוואוסט פון התמדה, און אז די ווייב קומט שמועסן – שמועסט מען, אזוי קען מען נאכדעם נאך מער לערנען, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות צט.): 'בטולה של תורה, זהו קיומה'".


איך האב זוכה געווען אסאך יארן צו משמש זיין מיין גרויסע זיידע זכותו יגן עלינו אין מירון, זיין התמדה איז דאך געווען אין לשער, ער האט נישט מבטל געווען קיין רגע פון לערנען, ער האט זיך נישט אריינגעלייגט אין בעט, ער האט נאר אביסל געדרימלט אויפן בענקל, ער איז געזיצן שעות און געלערנט די הייליגע תורה, דאך האט ער יעדן טאג געמאכט צייט צו רעדן מיט מיין באבע עליה השלום, דעמאלט איז נאכנישט געווען סעלפאונס, אויך אין אונזער דירה אין מירון איז נישט געווען קיין טעלעפאן, זענען מיר געגאנגען צום טעלעפאן; אינדרויסן פון די מערה איז געווען א טעלעפאן, א פאבליק טעלעפאן, מען האט אריינגעלייגט געלט און גערופן קיין אמעריקע, און מיין זיידע האט געפרעגט מיין באבע וואס זי מאכט, און ער האט אלץ געהאט עפעס צו דערציילן, פון די וועטער און דאס גלייכן, און פון דארט איז ער צוריק געגאנגען לערנען.


מיט חברים איז א שאד צו רעדן, אבער מיט די ווייב – דארף מען רעדן, בפרט מיט א ווייב וואס איז דיר אזוי געטריי און וויל נאר רוחניות, דארפסטו זיכער רעדן.