בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אסאך מאל ווען מען וויל טון אסאך - טוט מען גארנישט, אבער אז מען ווייסט דאס חשיבות פון אביסל - דעמאלט קומט מען אן צו טון אסאך; אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "איך האב געלערנט פון רבי'ן א נייעם דערהער, 'מעט, גם כן טוב', אביסל איז אויך גוט, און דאס האט מיר געמאכט טון זייער אסאך".
מאך זיך אן אפמאך צו זאגן יעדן טאג כאטשיג איין פרק משניות; זאגן א פרק משניות נעמט נישט לאנג, און דאס קען מען טון יעדן טאג; אזוי וועסטו יעדן טאג לערנען.
משניות וועט אוועק נעמען פון דיר אלע אנגעצויגנקייטן, דו וועסט ווערן שטארק מיט זיך.
טו דאס נאך חדר, אין שטוב, עס זאל נישט זיין קיין מחלוקות אויף דיר. אין חדר זאלסטו זיך פירן ווי אלע אנדערע קינדער; קיינער דארף נישט וויסן אז דו ביסט א צדיק. דו שפיל מיט אלע קינדער און פארברענג מיט אלע קינדער אזוי ווי אלע טוען, דער הייליגער רבי האט אויך אזוי געטון. ער פלעגט שפילן מיט די קינדער, און שטילערהייט האט ער אסאך גערעדט צום אייבערשטן. אויך פלעגט ער אסאך טראכטן פונעם שם הוי"ה ברוך הוא, פון די אותיות י–ה–ו–ה, און דער מלמד פלעגט אים שלאגן, דער מלמד האט געמיינט אז ער חלומ'ט; קיינער האט נישט געוואוסט אז דער רבי איז א צדיק, ווייל פון אינדרויסן האט ער זיך געשפילט מיט אלע קינדער.
אזוי זאלסטו טון אין חדר. זיי ווי אלעמען, מען זאל דיך נישט פארשעמען אז דו ביסט ברסלב, און אין שטוב זאלסטו לערנען משניות - וועסטו ווערן אויס אנגעצויגן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.