בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א חומש פאר צדקה
צדקה, מעשר

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, מאנסי


איך דאנק דיר פארן העלפן די ישיבה, פארן געבן דיין מעשר און חומש פאר די רענט פון די ישיבה; מיט דעם האסטו א זכות אין אלע תורה ותפילה וואס ווערט געלערנט און געדאווענט דורך די תלמידי הישיבה, און אויך אין אלע גוטע זאכן וואס מענטשן טוען בזכות די דרשות וואס ווערן געזאגט אין די פיר ווענט פון די ישיבה.


געב א חומש פון דיינע רווחים, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רפט), אז מען געבט א חומש פאר צדקה איז מען מקיים "ובכל מאודך"; דער רבי האט עס געזאגט פאר ר' דוב פון טשערין, און ער האט טאקע אזוי געטון, און ער איז זייער רייך געווארן, און ער האט געזאגט: "איך האב נישט מורא פון בית דין של מעלה, צוליב דעם וואס איך האב געגעבן פון מיינע פארדינסטן א חומש".


בזכות וואס דו העלפסט מיר איך זאל קענען ווייטער אנגיין מיט די ישיבה זאלסטו זוכה זיין עס זאל געשען א נס מיט וכו', דו זאלסט זען א ישועה אין דאס וואס דו דארפסט וכו' וכו'.