בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אחרי קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מרת ...
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איך וויל אייך נאכאמאל זאגן, די גאנצע זאך פון מעשר האט נישט מיט אייך, דאס איז אייער מאן'ס געשעפט; איך האב אייך שוין אפאר מאל געזאגט איר זאלט זיך נישט מישן אין דעם, עס זאל אייך נישט אנגיין צי אייער מאן געבט יא מעשר אדער נישט.
דאס וואס איר פרעגט ווי קען אריינקומען א ברכה אין שטוב ווען מען געבט נישט קיין מעשר? אז איר וועט זיין פרייליך - וועט זיין ברכה אין שטוב, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן סט): "כִּי עִקַּר הָעֲשִׁירוּת עַל יְדֵי הָאִשָּׁה", אז די פרוי - זי איז מזכה די שטוב מיט שפע; דורך זיין פרייליך, דורך קוקן גוט אויפן מאן, דורך זיך מבטל זיין צום אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.