בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת וירא, יד מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד מרת ... תחי'
איך בעט דיר זייער שטארק דו זאלסט אריין נעמען אין דיר די אמונה, אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט, און ער טוט וואס אים געפעלט; קיינער קען גארנישט טון פאר א צווייטן אן דעם וואס דער אייבערשטער זאל אזוי הייסן - נישט קיין גוטס און זיכער נישט קיין שלעכטס.
ווי מער א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה; ער ווייסט אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט אויסערן אייבערשטן, און דער אייבערשטער איז ממלא כל עלמין, וסובב כל עלמין, ובתוך כל עלמין, אין שום מציאות בלעדיו יתברך כלל, לעבט ער א רואיג לעבן.
מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיך געמאכט א ניגון אויף די ווערטער אלץ בחור ווען ער פלעגט גיין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן, און ער האט מורא געהאט צו זיין אליינס אין וואלד, פון די חיות וכו', האט ער זיך אונטער געזינגען די ווערטער: "ממלא כל עלמין, וסובב כל עלמין, ובתוך כל עלמין, אין שום מציאות בלעדיו יתברך כלל, ובכל תנועה ותנועה שם אלופו של עולם". און מוהרא"ש האט פארציילט אז עס איז אים געווען זייער שווער אין אנהייב, ווייל ער האט זייער מורא געהאט צו זיין אליינס אין וואלד, און דערפאר האט ער גע'חזר'ט די ווערטער: "ממלא כל עלמין, וסובב כל עלמין, ובתוך כל עלמין, אין שום מציאות בלעדיו יתברך כלל, ובכל תנועה ותנועה שם אלופו של עולם", ער האט דאס גע'חזר'ט אן א שיעור, ביז ער האט שוין נישט געהאט קיין שום פחד פון קיינעם, פון דעם איז געווארן די שיינע ניגון אויף די ווערטער.
וויסן זאלסטו אז ווען א מענטש לעבט מיט אמונה ווערט אים שטארק זיינע נערוון, און אזוי אויך פארקערט, אויב א מענטש האט נישט קיין שטארקע אמונה, ער שפירט נישט דעם אייבערשטן, און ער מיינט אז זאכן פאסירן סתם אזוי אן קיין חשבון, ער מיינט אז עס איז דא טבע מקרה מזל - אזא מענטש לעבט שטענדיג מיט פחדים, מיט שלעכטע מחשבות; מען באשולדיגט זיך כסדר, און פון דעם קומען אלע נערווען קראנקהייטן לא עלינו ולא עליכם, און די איינציגסטע רפואה פאר די וואס ליידן אויף די נערווען איז נאר "אמונה".
דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִי כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ, וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צו צוקומען - איז צו אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן מחלות, זיי ליידן נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן זיך נעבעך צאם, דער רבי זאגט ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם - לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, דעמאלט העלפט נישט קיין רפואות, און עס העלפט נישט קיין תפילה, און אויך נישט זכות אבות. דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש; עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטער רפואה אויף דעם איז אמונה.
דערפאר בעט איך דיר זייער דו זאלסט זיך שטארקן מיט אמונה, א גאנצן טאג זאלסטו נאר זינגען ניגונים פון אמונה; היינט איז דא זייער שיינע ניגונים פון אמונה, צינד אן דעם סידי 'טאנץ מיט אמונה' ביי דיר אין שטוב, א גאנצן טאג זאלסטו טאנצן מיט די ניגונים פון אמונה, ביז עס וועט ווערן איינגעבאקן אין דיר אז אלעס איז דער אייבערשטער. דו וועסט זיך אויפהערן צו באשולדיגן, דו וועסט זיך אויפהערן צו דערנידערן וכו', און דו וועסט וויסן אז אלעס אלעס איז דער הייליגער באשעפער, און מען קען זיך נישט געבן קיין ריר אן דעם וואס דער אייבערשטער זאל הייסן.
איך שיק דיר דא א תפילה וואס דו זאלסט יעדן טאג זאגן, און איך זאג דיר צו, אז אויב דו וועסט יעדן טאג זאגן די תפילה - לכל הפחות איין מאל, וועסטו ביז א קורצע צייט ווערן געזונט און שטארק, דו וועסט האבן שטארקע נערוון, דו וועסט מער נישט האבן קיין פחדים מיט דמיונות, און דו וועסט זיך נישט באשולדיגן וכו'.
איך האב באקומען א בריוו פון א אינגערמאן פאריגע וואך, ער שרייבט מיר אז ער איז געווען ביי מיר פאר א האלב יאר צוריק מיט זיין ווייב; זיין ווייב האט געהאט בערך דאס וואס דו גייסט אריבער, זי האט געהאט שרעקליכע פחדים, עד כדי כך עס פלעגט איר אנכאפן אן ענקזייעטי אטאקע. איך האב איר געגעבן א תפילה וואס צו זאגן יעדן טאג, און ער שרייבט מיר די ווערטער: "מיין ווייב איז ארויס געקראכן אינגאנצען פון אירע שלעכטע מחשבות, אן קיין טערעפי און אן קיין מעדיצין, ממש א מופת פון די ראש ישיבה"; ער מיינט אז דאס איז מיין מופת, עס איז א מופת פונעם אייבערשטן, א מופת פונעם הייליגן רבי'ן וואס זאגט אז די איינציגסטע רפואה פאר שוואכע נערוון, פחדים, דמיונות, איז נאר אמונה.
דערפאר בעט איך דיר אויך דו זאלסט יעדן טאג זאגן די תפילה, נישט איין מאל, נישט צוויי מאל - נאר יעדעס מאל דו שפירסט ווי דיינע מחשבות קומען צו לויפן און שטורמען דיין קאפ, דו שפירסט ווי דער קאפ דרייט זיך דיר מיט אלע נעגעטיווע מחשבות, זאלסטו נעמען די תפילה און דאס זאגן אויפן קול, וועסטו זען ביז א קורצע צייט אז עס וועט דיר בעסער ווערן.
הייליגע באשעפער, איך דאנק דיר פאר אלעס גוטס וואס דו געבסט מיר, איך דאנק דיר פאר מיין שיינע לעבן וואס דו האסט מיר געגעבן, פאר מיין טייערע מאן, פאר מיינע ליכטיגע קינדער, פאר אלעס גוטס וואס דו טוסט מיט מיר.
הייליגע באשעפער, העלף מיר איך זאל געדענקען אז יעדע זאך וואס פאסירט מיט מיר - אלעס קומט פון דיר, איך זאל גלייבן אז קיינער קען מיר גארנישט טון, נישט קיין גוטס און זיכער נישט קיין שלעכטס, איך זאל גלייבן אז אלעס וואס גייט אריבער אויף מיר קומט פון דיר. העלף מיר איך זאל האבן אמונה, איך זאל לעבן מיט אמונה, איך זאל לעבן מיט דיר, איך זאל דיר שפירן, הייליגע באשעפער עס איז מיר אזוי ענג, מיין קאפ דרייט זיך מיר א גאנצע טאג מיט שלעכטע מחשבות, איך טראכט א גאנצן טאג נאר שלעכטס אויף מיר, איך באשולדיג מיר, איך האב מיר נישט ליב, מיינע מחשבות פייניגן מיר, איך שפיר אסאך מאל ווי איך האלט עס מער נישט אויס, איך שפיר אז מיינע נערוון פלאצן מיר פון אלע שלעכטע מחשבות.
איך בעט דיר אייבערשטער, טאטע זיסער, האב אויף מיר רחמנות, העלף מיר איך זאל טראכטן נאר פאזעטיוו, איך זאל נישט טראכטן שלעכטע מחשבות, העלף מיר איך זאל מיך נישט באשולדיגן, איך זאל געדענקען אז אלעס קומט פון דיר. באשעפער, קוק צו מיינע טרערן, קוק ווי איך וויין, קוק אויף מיין צעבראכן הארץ, אתה חונן לאדם דעת - דו גרויסער באשעפער געבסט שכל פאר יעדן איינעם, ומלמד לאנוש בינה - דו געבסט פארשטאנד פאר אלעמען, בעט איך דיר טאטע - וחנינו מאתך חכמה בנה ודעת, געב מיר אויך שכל און פארשטאנד איך זאל מיך נישט פייניגן.
באשעפער, אסאך מאל שפיר איך ווי מיין לעבן איז מיר גארנישט ווערד, איך טראכט שלעכטע מחשבות, איך וויל אנטלויפן פון מיין לעבן, אבער איך ווייס דאך דעם אמת אז עס איז נישט דא וואו צו אנטלויפן, נאר צו דיר טאטע זיסער.
דערפאר קום איך צו דיר און איך בעט דיר העלף מיר! העלף מיר בזכות דיינע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען זייער גאנצע לעבן פאר דיינעט וועגן, העלף מיר בזכות די אבות הקדושים אברהם יצחק און יעקב, העלף מיר בזכות די אמהות הקדושות שרה רבקה רחל און לאה, בזכות דער הייליגע רבי רבינו נחמן מברסלב זכותו יגן עלינו, בזכות זיין תלמיד רבי נתן זי"ע, און בזכות מוהרא"ש זי"ע, אמן.
די תפילה זאלסטו האלטן מיט דיר, און יעדן טאג זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן, וועסטו האבן א רפואה שלימה בקרוב ממש.
זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.
א פרייליכן שבת.