בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - חלש'ט צו זיין אן ערליכער איד
עבודת השם, דרך הלימוד, קיאסק

בעזרת ה' יתברך - יום ד' לסדר טהרה, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש וואו דו שרייבסט ווי דו חלש'סט צו זיין אן ערליכער איד, און ווי דו בענקסט זיך צו די צייטן וואס דו ביסט געווען אין ישיבה, ווי דו פלעגסט לערנען פלייסיג, און יעצט קומסטו אן קוים קוים צו לערנען אביסל גמרא מיט משניות.


ליבער ברודער, פארלייג זיך צו לערנען יעדן טאג די צוויי לימודים: 'אכצן פרקים משניות, מיט די יום תהלים', זיי נישט מוותר אויף דעם, הייב אן דיין טאג מיט דעם; בפרט יעצט אין די צייט וואס מיר ציילן די טעג פון ספירה איז גוט צו זאגן אסאך תהלים, מוהרנ"ת פלעגט זאגן יעדן טאג פון יאר דעם יום תהלים, און אין די ספירה טעג האט ער געזאגט יעדן טאג צוויי מאל דעם יום תהלים. ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג), ווער עס וויל זוכה זיין צו תשובה - זאל זאגן תהלים, ווייל עס זענען פארהאן ניין און פערציג טויערן וואס דער מענטש קען אליין אריינגיין אין זיי, אבער די שער נ' - דאס קען מען נאר זוכה זיין דורך זאגן תהלים, און די מ"ט שערים זענען די ניין און פערציג טעג צווישן פסח און שבועות, 'די טעג וואס מען ציילט ספירה', דערפאר איז די טעג זייער מסוגל צו זאגן תהלים.


דורך זאגן תהלים באקומט מען א געפיל, מען הייבט אן בענקען צום אייבערשטן, מען הייבט אן וועלן זיין גוט. באמת וויל יעדער איד זיין ערליך און טון די ווילן פונעם אייבערשטן, נאר נישט יעדער לעבט מיט דעם, מען פארגעסט, מען ווערט אפגעקילט, און אפילו דער וואס האט שוין יא שטענדיג געפילן פון תשובה, קען זיין אז ער ווייסט נישט וואס צו טון, ער בלייבט מיט די ווילן, און אפילו איינער וואס ווייסט יא וואס צו טון - דארף נאך אויך זוכה זיין צו קענען אויספירן אויף למעשה און נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט זיך ווי מען קומט נישט אן צו טון, אבער דורך זאגן תהלים איז מען זוכה – "לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר, נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", מען קען זיך דערהאלטן מיט א שטארקקייט, ביז מען איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


... טייערער, גיי נישט אין קיאסק, פארברען נישט דיינע יארן מיט נארישקייטן. אז דו האסט איבריגע צייט גיי אין שול און זאג אכצן פרקים משניות און זאג תהלים, וועסטו ווערן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.