בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#8 - איך בעט זיך אז די קיאסק זאל זיין געפילטערט
שטעטל, קיאסק

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ואתחנן - נחמו, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך דארף דו זאלסט מיר העלפן מיט די קיאסק; וויפיל איך רעד צו ... נרו יאיר, וויפיל איך בעט זיך אז די קיאסק זאל זיין געפילטערט – איז עס נאכאלץ נישט מסודר, און יעדן טאג בלי גוזמא רופן מענטשן זאגן אז די קיאסק איז נישט גוט געפילטערט.


אויך יעצט זומער קומען פרעמדע מענטשן און זיי רופן ביי מיר אין שטוב זאגן אז די פילטער איז נישט גוט.


איך וואלט שוין לאנג פארמאכט און פארשלאסן די פלאץ, אז עס זאל נישט ארויסקומען דורך אונז א מכשול און חילול השם, אבער וואס זאל איך טון אז איך וויל די שטעטל זאל בלייבן ריין, אינגעלייט און משפחות זאלן האבן ריינע שטיבער, נישט אהיים ברענגען די סמארטפאון.


ובכן בעט איך דיר, אלס חבר הנהלה, העלף מיר אז די קיאסק זאל האבן א בעל הבית וואס שטייט אויף די קדושה פון די פלאץ, עס זאל זיין אויסגעהאלטן און ריין.


הויב אן דיין טאג מיט התבודדות; בעט דעם אייבערשטן פאר דיינע קינדער און דורות, זיי זאלן זיין ערליך, ווייל נאר תפילה איז די שליסל פאר ערליכע דורות.



 

#7 - צושטעלן די קיאסק אז מען זאל נישט לויפן צום סמארטפאון
שטעטל, קיאסק

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת דברים, ראש חודש מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


יישר כח פארן זיך אזוי אוועק געבן פארן קיאסק, דו העלפסט מיר אז די קהילה זאל זיין ריין און אז די אינגעלייט און ווייבלעך זאלן קענען ערלעדיגן וואס מען דארף ערלעדיגן, און אויך זיך קענען אויסלופטערן וכו' - אן האבן א סמארטפאון וכו'.


זע זיך צוצושטעלן צו די אינגעלייט און זיי עפענען וואס זיי ווילן, אזוי וועלן זיי נישט לויפן צום סמארטפאון, שכוח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - די פרייזן פאר די קיאסק זאלן נישט זיין צו טייער
תודה והודאה, שטעטל, קיאסק

 


בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך דאנק דיר פארן אהער שטעלן די שיינע קיאסק פאר די משפחות אין שטעטל וואס האבן ריינע שטיבער, זאלן קענען ערלעדיגן וואס מען דארף.


איינער זאגט מיר אז די פרייזן זענען טייערער ווי אין שטאט, וויל איך דיר בעטן זאלסט מאכן די פרייזן זאלן זיין נישט צו טייער, עס זאל זיין גרינג פאר די אינגעלייט צו קענען לעבן א ריינעם לעבן בקדושה ובטהרה.דאנק דעם אייבערשטן אויף אלעס, סיי אויף גוט און סיי אויף וואס איז שווער. איך האב געזען פון הייליגן צדיק רבי פנחס קאריצער זכר צדיק לברכה, דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נד:): "ארבעה צריכין להודות, יורדי הים, הולכי מדברות, ומי שהיה חולה ונתרפא, ומי שהיה חבוש בבית האסורים ויצא", זאגט ער (לקוטי אמרי פנחס שער התפילה, אות יג), די דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די ווייטאג וואס זיי זענען אריבער, וואס מיט דעם קומט מען אפ אלע עבירות.


 

#5 - די קיאסק זאל זיין הונדערט פראצענט געפילטערט
פילטער, קיאסק

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמות, שובבי"ם, כ' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


וואס קען מען טון אז די קיאסק זאל זיין הונדערט פראצענט געפילטערט? איך האב שוין אזויפיל מאל געבעטן זאלסט זיכער מאכן אז די קיאסק איז כשר און נאכאלץ זאגן מיר אינגעלייט אז זיי פאלן אדורך, זיי האבן וועגן ווי צו עפענען די קאמפיוטער און קוקן מאוויס, אם כן מה הועילו חכמים בתקנתן, אויב אזוי וואס דארף דיך דעם קיאסק...


איך בעט דיר נאכאמאל, טו אלעס עס זאל נישט ארויסקומען קיין מכשול דורך אונז.


 

#4 - גיין נאך געלט צו קויפן נארישקייטן, איז ריכטיג גניבה
חברים, שידוכים, צדקה, גניבה, ישיבה, קיאסק

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תולדות, ג' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס איז א גרויסע גניבה דאס וואס דו טוסט, גיין נאך געלט צו קויפן א מאטער סייקל, מאטער סקוטער, ביבי גאן וכו'; דאס איז ריכטיג גניבה, און אז דו וועסט נישט באצאלן די אלע געלטער פאר עכטע צדקה – וועסטו דארפן מגולגל ווערן.


עס איז א פרעכע זאך גיין קלאפן אין הייזער 'צדקה פאר אן ארעמע משפחה' און נעמען דאס געלט פאר זיך; ווי שעמסטו זיך נישט צו טון אזא זאך?!


טו תשובה, מאך זיך א חשבון וויפיל געלט דו האסט גע'גנב'עט פון מענטשן און באצאל אלעס פאר צדקה.


איך ארבעט אזוי שווער פאר דיר, איך וויל דו זאלסט האבן א גוט לעבן, איך וויל דיר ברענגען א גוטע שידוך, אבער מיט גניבה איז זייער שרעקעדיג. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות גניבה וגזילה, סימן א): "מִי שֶׁנִּפְתָּה לִבּוֹ לִגְזֹל", ווער עס גזל'ט, "וְכֵיוָן שֶׁהִתִּיר לְעַצְמוֹ גְּזֵלַת חֲבֵרוֹ, הֲרֵי הוּא מוּכָן לְכָל חֵטְא וְעָוֹן", איז א סימן אז ער וועט טון אלע עבירות רחמנא לצלן, "וְאֵין תַּקָּנָה לַהֲסִירוֹ מִדַּרְכּוֹ הָרָעָה", און עס איז זייער שווער זיך אפצוגעוואוינען פון דעם.


זוך גוטע חברים, חברים וואס גייען טון חסד מיט אידישע קינדער, חברים וואס נעמען נישט קיין איין פרוטה פון צדקה. אויך זאלסטו נישט גיין אין קיאסק, וואס דארפסטו פראבלעמען? נוץ אויס דיינע יארן אין ישיבה.א


איך וויל דיך זייער העלפן מיט א שידוך, אבער נאר בתנאי אז עס ענדיגט זיך מיט די גניבה וגזילה.


איך ווארט אויף אן ענטפער.

#3 - אכטונג געבן מען זאל נישט קענען קוקן מאוויס אינעם קיאסק
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, מאוויס, קיאסק

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א אינגערמאן זאגט מיר, זיין ווייב זיצט גאנצע נעכט אין אונזער קיאסק און קוקט מאוויס, און פארשטייט זיך אז מען איז אויף ביינאכט קוקן מאוויס - איז נישטא קיין מאמע, נישטא קיין ווייב, השם ישמרינו.


וואס קען מען טון אז אונזער קיאסק זאל זיין אפגעהיטן מיט א גוטע פילטער, מען זאל נישט קענען קוקן קיין עבירות? איך וויל אזוי שטארק אונזערע ווייבער, אונזערע קינדער - זאלן זיין הייליג און ריין.


איך בעט דיר זייער, שטיי על המשמר, געב אכט אויף אונזער פלאץ מען זאל נישט קענען קוקן קיין מאוויס.


אויך זאלסטו מאכן די קיאסק זייער באקוועם אז די אינגעלייט און ווייבער זאלן קענען אלעס באשטעלן און אלעס ערלעדיגן דארט, אזוי וועט מען נישט אריינברענגען אין שטוב דעם מלאך המוות; די קינדער, די לופט - וועט בלייבן ריין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#2 - עס מוז זיין א גוטע פילטער אויף אלע קאמפיוטערס
שטעטל, קאמפיוטער, אידישע שטוב, פילטער, קיאסק

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


עס טוט מיר וויי צו הערן אז די קאמפיוטערס ביי די קיאסק איז נישט געפילטערט. איך וויל דיר נאכאמאל בעטן דו זאלסט שטיין אויף די וואך עס זאל זיין א גוטע פילטער אויף אלע קאמפיוטערס, טעלעפאונס און טעבלעטס ביי אונז אין די מוסד, עס זאל נישט ארויסקומען קיין מכשול מתחת ידינו.


אויב עס האט נישט קיין פילטער - זאלסטו פארשפארן די קיאסק.


אז מען רעדט שוין, וויל איך דיר בעטן זאלסט מאכן די קיאסק דאס מערסטע באקוועם וואס איז שייך און דאס צושטעלן צו די געברויך פון אנשי שלומינו, אזוי וועט זיין גרינגער פאר די אינגעלייט ביי אונז אין די קהילה צו זיין אפגעהיטן פון האבן א טעלעפאן, טעבלעט, לעפטאפ וכדומה - אין שטוב און אין קאר.


איך וויל אזוי שטארק אונזערע קינדער זאלן באקומען א גוטע חינוך, זיי זאלן האבן אן אפגעהיטענע שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#1 - אזוי שיין געווען נעכטן אין שטעטל
כולל, חברים, חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, הדפסה, שטעטל, שבת קודש, דרשות, קאמפיוטער, פרנסה, טעלעפאן, חובות, ישיבה, ראש ישיבה, הלכה, דאווענען, אינוועסטמענט, דף גמרא, קיאסק

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ז מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן בין איך געווען א גאנצן טאג אין שטעטל; או ווי שיין דארט איז, קענסט זיך נישט פארשטעלן! עס שפירט זיך דארט ממש די פלאץ וואו דער בעל תפילה פלעגט ארויסטראגן זיינע מענטשן חוץ לישוב (ספורי מעשיות, מעשה יב).


איך בין ארויסגעפארן אינדערפרי. דאס ערשטע בין איך געקומען אין ישיבה פארלערנען דעם בלאט גמרא, מוהרא"ש האט דאס מיר אזוי אריינגעלייגט אין מיינע ביינער, איך זאל נישט אנהויבן דעם טאג אן לערנען א בלאט גמרא, איך האב געדאווענט. איך האב געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל האבן א וועג ווי אזוי צו פארן, איך האב געטראפן א אינגערמאן וואס איז מיר גרייט געווען ארויס צו טראגן.


דאס ערשטע בין איך געפארן צו די בנין התלמוד תורה, ווייל ביי מיר איז דער עיקר די תלמוד תורה און די מיידל שולע. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (זוהר חדש, לך לך): "אָמַר רַבִּי יִצְחָק, הַמְלַמֵּד תּוֹרָה לְתִינוֹקוֹת" ווער עס לערנט מיט קינדער די הייליגע תורה, "דִּירָתוֹ עִם הַשְּׁכִינָה" וואוינט ביי אים די שכינה הקדושה, "וְהַיְינוּ דְּאָמַר רַבִּי שִׁמְעוֹן" דאס איז וואס דער הייליגער תנא רבי שמעון האט געזאגט: "כַּד הֲוָה אָתֵי לְמֶחֱמֵי עוּלֵימַיָיא בְּבֵי רַב" ווען ער פלעגט קומען קוקן די קינדער וואס לערנען אין חדר, "הֲוָה אֲמַר" האט ער געזאגט, "אֲזַלְנָא לְמֶחֱמֵי אַפֵּי שְׁכִינְתָּא", איך גיי יעצט קוקן די פנים פון די שכינה; ווען איך פאר אין שטעטל גיי איך די ערשטע צו די קינדער, ביי מיר איז דאס די חשוב'סטע זאך.


איך האב גערעדט פאר די בית פיגא תלמידות, אין יעדע כיתה באזונדער. נאכדעם האב איך געגעבן א שיעור, מחזק זיין אלע וואס האבן א חלק אין אונזער מוסד. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי נשא, פיסקא א): "אֵין מְחַזְקִין אֶלָא לַמְּחוּזָקִין", דאס מערסטע דארפן חיזוק די וואס געבן חיזוק פאר אנדערע; איך בין געגאנגען נאכדעם צו די אינגלעך, איך האב זיי דערציילט א מעשה פון "מעשה'לעך פאר קינדערלעך"; די ליכטיגקייט פון די קינדער, די פרייליכקייט וואס דארט הערשט - איז נישט צום באגרייפן.


מיר האבן אנגעהויבן נישט לאנג צוריק די חדר מיט אפאר קינדער, און די סקול מיט אפאר קינדער, און יעצט איז אין שטעטל אליינס דא אינעם תלמוד תורה און אין די מיידל סקול איבער צוויי הונדערט קינדער, כן ירבו.


פון דארט בין איך געגאנגען קוקן דעם נייעם בנין פונעם תלמוד תורה. מיר וועלן אפטיילן די אינגלעך און מיידלעך אין באזונדערע בנינים; יעצט זענען זיי אויך אפגעטיילט, יעצט איז איין שטאק אינגלעך און איין שטאק מיידלעך, אבער די מוסד וואקסט - דארף מען שוין האבן א באזונדערע בנין פאר אינגלעך און א באזונדערע בנין פאר מיידלעך.


פון דארט בין איך געפארן צום בנין בית הדפוס אביסל שעפן פרישע כוחות, זען די נחת, ווי עס שטייען אינגעלייט און דרוקן אן אפשטעל די ספרים און קונטרסים. איך האב דארט געזען אן אינטערעסאנטע זאך, איך טרעף דארט א אינגערמאן, א שיינער בעל פרנסה, א בעל מלאכה - שטייט און דרוקט, פרעג איך אים: "וואס טוסטו דא?" זאגט ער מיר, ער קומט טון עפעס פאר זיין נשמה; עס איז שוין סוף וואך, ער האט שוין גענוג געלט פאר די וואך - יעצט קומט ער אביסל בהתנדבות העלפן פאקן ספרים און דרוקן. דאס איז מיר זייער געפאלן, צו זען א אינגערמאן האט שכל, ער קומט זיך אנטראגן צו העלפן.


אויך האב איך געזען ווי מען דרוקט שוין אלע ספרים און קונטרסים אויף חנוכה, און אויך גרייטן זיי זיך שוין אויף פורים און אפילו אויף שבועות. עס איז נייע צייטן; יארן צוריק האט מען זיך דערמאנט ערב חנוכה צו דרוקן עפעס אויף חנוכה, היינט אינעם נייעם בית הדפוס קען מען דרוקן אן אויפהער, און אנגרייטן פאר אלע צייטן וואס מען דארף נאר האבן פאר די מפיצים.


מיר האבן געכאפט א טענצל: "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו!" דארט אינעם בית הדפוס איז א פרייליכקייט, מען דרוקט דארט די הייליגע ספרים פון רבי'ן וואס ברענגט אריין אמונה אין אידישע קינדער.


פון דארט בין איך געפארן צום נייעם לאונטש, דארט בין איך געווארן זייער פרייליך, ענדליך וועלן די אינגעלייט אין שטעטל קענען האבן די שטוב זויבער, ריין; מען וועט קענען האבן ביידע זאכן, א זויבערע שטוב, און פון די אנדערע זייט - ווי עס איז דא א פלאץ וואו מען וועט קענען באשטעלן זאכן, קויפן זאכן, ערלעדיגן שטאטישע זאכן, באנק חשבונות, זיך לערנען זאכן וכו' וכו'. איך האף אז אלע וועלן ארויסווארפן די געטשקעס פון שטוב און פון קאר, געענדיגט דאס מישן די יוצרות, שטוב איז שטוב און ביזנעס איז ביזנעס.


לכתחילה איז געווען מיין פלאן צו פארן פארטאגס און צוריק פארן עלף צוועלף אזייגער, זיין צוריק אין ישיבה. למעשה דארט אין שטעטל ווערט אזוי גוט אז עס גליסט זיך דארט צו בלייבן, איך וואלט ווען געבליבן וואוינען דארט, איך קען נאר נישט צוליב די ישיבה, איך דארף א פלאץ נעבן מיין שטוב וואו צו לייגן די בחורים; יעצט פרובירט מען, די הנהלה ארבעט זייער שווער צו באקומען רשות צו בויען א שיינע גרויסע בנין פאר די בחורים.


עס האט זיך פארשלעפט, האב איך קודם געדאווענט מנחה. מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערנט נישט ווארטן ביזן לעצטן מינוט, נאר גלייך דאווענען. מיר האבן געמאכט א מנין, עס זענען געקומען נאך אינגעלייט וואס זענען געקומען משלים זיין די מנין.


פון דארט בין איך געגאנגען קוקן די כולל, אויפ'ן וועג פרעגט מיך דער דרייווער א שאלה פון הלכות שבת. ער איז א סעילסמאן פאר טראקינג, מענטשן באשטעלן א טראק צו טראגן און ברענגען סחורה, און אמאל בעט מען אים צו קומען אויפפיקן שבת און אמאל דארף ער דאס טראגן שבת, פרעגט ער מיר אויב מען מעג? זאג איך אים מיר וועלן גיין אין כולל, די חשוב'ע אינגעלייט לערנען יעצט די הלכות אין הלכות שבת, הלכות שכירות וקבלנות, מיר וועלן זיי פרעגן. איך קום אין כולל, איך זע ווי פלייסיג מען לערנט, זאג איך פאר'ן דיין שליט"א דער ראש הכולל: "איך האב דא א אינגערמאן, דאס און דאס איז די שאלה", אלע אינגעלייט האבן אנגעהויבן זאגן לכאן ולכאן, עס האט אנגעהויבן ווערן דארט א טענה'ריי, מען האט זיך מפלפל געווען, איך בין געזיצן דארט און געקוואלן פון נחת.


פון דארט בין איך געפארן קלאפן מזוזות ביי הרב יעקב לעזער שליט"א, אין שטוב פון אונזער מנהלת בית פיגא תחי'. פון דארט בין איך אהיימגעפארן, געלייגט שלאפן די קינדער, געליינט קריאת שמע מיט זיי, און געלאפן געבן א שיעור.


ביים שיעור האבן מיר גערעדט, מיר זעען א פלא'דיגע זאך, דער אייבערשטער האט זיך באוויזן צו אברהם אבינו בְּאֵלֹנֵי מַמְרֵא, זאגט רש"י: "הוא שנתן לו עצה על המילה", וואס איז פשט אברהם אבינו זאל דארפן אן עצה נעמען מיט ממרא? אברהם אבינו, דער גרויסער צדיק וואס איז בייגעשטאנען אלע נסיונות און קיינמאל נישט מהרהר געווען אויפ'ן אייבערשטן - וואס גייט דא פאר?! אלא מאי זעט מען אז מען דארף האבן א גוטער חבר, מען דארף האבן שיחות חברים זיך צו קענען מחזק זיין.


קומענדיגע וואך האבן מיר א סורפרייז אין שטעטל, מיר האבן א גרויסן גאסט, הרב רבי יצחק שליט"א גייט זיין שבת מברכים אין קרית ברסלב ליבערטי. דאס גייט זיין א שטארקע חיזוק פאר אלע אנשי שלומינו, די גבאים וועלן מעלדן די קומענדיגע וואך וואו די תפילות וועלן פארקומען, און די באטע, און אזוי ווייטער.


איך האב געהאט די וואך א גרויסע נס, איך האב פלוצלונג געדארפט באצאלן א חוב פון הונדערט פופציג טויזנט דאלער. ביים בארגן האט זיך יענער אויסגענומען אז אויב ער וועט עס דארפן דארף איך אויפקומען מיט די געלט ביז א וואך. וואס האב איך געטון? איך האב זיך גוט מתבודד געווען, איך האב געבעטן: "הייליגער באשעפער, פארשעם מיך נישט, איך האב געבארגט די געלט - נישט פאר מיין ביזנעס, נאר פאר דיין ביזנעס, פאר די מוסד"; און פון הימל איז געקומען צו מיר א אינגערמאן א תלמיד הישיבה און זיך מיר אנגעטראגן, אויב דער ראש ישבה זוכט אן הלואה; א נס פון הימל. די מעשה איז נאך נישט פערטיג, איך האב דאס געדארפט באצאלן אין גרינע שמאטעס, 'וואו קען מען שאפן גרינע שמאטעס אין הונדערט פופציג טויזנט דאלער?' איך האב זיך מתבודד געווען, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן זאל מיר העלפן, און א פרישע נס... א אינגערמאן א תלמיד הישיבה קומט מיר זאגן, אויב דער ראש ישיבה דארף מזומנים; בקיצור ניסים פון הימל, ולא יכלמו לנצח כל החוסים בך.


איך האב א גוטע ביזנעס דיל פאר דיר, אויב דו זוכסט וואו צו משקיע זיין דיין געלט פאר גוטע רווחים - קענסטו זיך מעלדן צו האברך י. הכהן נרו יאיר, חבר הנהלה. ער האט גוטע בנינים וואס מיר ווילן קויפן פאר די מוסד, מען זוכט איינער זאל איינשטעקן די געלט, דאס קויפן. די דיל גייט, מען קויפט דאס פאר די מוסד און די תורה ותפילה וואס קומט ארויס פון דעם בנין - גייט פאר דער וואס איז משקיע, פאר אים און פאר זיינע דורות פאר אייביג. קענסט זיך פארבינדן מיט אים אויב דו ביסט ערנסט אינטערעסירט.


שבת זאלסטו נישט אויפהערן צו לאכן און טאנצן, אז דו ווייסט פון רבי'ן.


א פרייליכן שבת.