בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
דו ביסט זייער א געלונגענער, זייער א קלוגער, זייער פארשטענדליך, האסט א גוטע הארץ, בקיצור, דו ביסט אנגעפילט מיט אלע מעלות, אויך האסטו א גוט הארץ, נאר איין זאך פעלט דיר, און אז דו וועסט משלים זיין די זאך וואס פעלט – קענסטו זיך נישט פארשטעלן צו וואס דו וועסט זוכה זיין, עס פעלט דיר שמחה.
דו דארפסט ארבעטן נאר אויף דעם, צו זיין פרייליך, דיין התבודדות דארף זיין נאר אויף דעם, דיינע תפילות זאלן זיין: "באשעפער, זכינו להיות בשמחה, מאך מיך פרייליך".
טו אלעס וואס מאכט פרייליך, אפילו נארישע זאכן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "צריך להכריח את עצמו בכח גדול להיות בשמחה תמיד ולשמח את עצמו בכל אשר יוכל, ואפלו במלי דשטותא", מען דארף זיך פרייליך מאכן אפילו מיט נארישע זאכן.
וועסט זען ווי אלעס וועט זיך דיר טוישן צום גוטן, אלע דמיונות, מחשבות וכו' וכו', אלעס וועט ווערן גוט, אפילו דיין שלום בית וועט ווערן אזוי גלאנציג ווען דו וועסט ווערן פרייליך.