בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
בנוגע וכו'; זיי אהרן הכהן, טו וואס אהרן הכהן האט געטון, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות א, יב): "הֱוֵי מִתַּלְמִידָיו שֶׁל אַהֲרֹן, אוֹהֵב שָׁלוֹם וְרוֹדֵף שָׁלוֹם", ער האט ליב געהאט שלום, ווען ער האט געזען צוויי מענטשן קריגן זיך – האט ער פאר זיי ביידע געזאגט ליגנט אז דער צווייטער האט חרטה און ער וויל אים האלזן און קושן וכו' וכו', שפעטער האבן זיי זיך צאמגעטראפן און זיך ארום גענומען מיט גרויס ליבשאפט (אבות דרבי נתן יב, ג).
אזוי זאלסטו טון ווען דו רעדסט מיט ..., זאלסט אים זאגן ווי שטארק ... האט חרטה און קען זיך נישט מוחל זיין, ווי שטארק ער וויל שלום מאכן, און ווען דו רעדסט מיט ... זאלסטו זאגן די זעלבע ווערטער, טראכט נישט פון זאגן ליגנט, ווייל ערשטנ'ס, די הייליגע חכמים זאגן (יבמות סה:): "מותר לשנות בדבר השלום", מען מעג זאגן אנדערש פון די ווארהייט עס זאל זיין שלום, צווייטנס, עס איז נישט ליגנט, ווייל אין אמת'ן ווילן אלע זיין גוט, נאר דער יצר הרע פארדרייט און רייצט אן דעם מענטש צוליב גאווה וכו' – זיך צו קריגן, אבער באמת ווילן אלע טאקע שלום.
די וואך שבת ראש חודש מנחם אב איז די יארצייט פון אהרן הכהן, מיר דארפן זיך פארנעמען צו טון די זאך וואס ער האט געטון, נאכלויפן שלום, ווייל שלום איז דעם אייבערשטנ'ס נאמען, און אויף שלום שטייט די וועלט.