בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - טו שוין תשובה, באצאל דיינע לענדלארדס
מוסדות, חובות, לצנות, תמימות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך זאג דיר נאכאמאל, אויב דו וועסט נישט תשובה טון וועל איך דיר פארטרייבן פון אונזער פלאץ.


מיר האבן שוין גענוג געליטן און מיר ליידן נאך עד היום פון אזעלכע מענטשן ווי דיר; דו ביסט א גנב און א גזלן, דו צאלסט נישט קיין רענט, דיינע לענדלארדס לויפן מיר נאך אז דו צאלסט נישט קיין רענט און דו מאכסט חוזק פון זיי. דו מאכסט א שלעכטע נאמען אויף אונזער פלאץ; ווען נישט דיין ווייב תחי' וואלט איך דיר שוין לאנג פארטריבן פון דא, איך האב נישט קיין מנוחה פון דעם וואס איך האב גענומען אן אומשולדיגע מיידל און איר פארקנעכטעט פאר דיר; ווען נישט איר וואלט איך שוין לאנג אפגעטאנצן מיט דיר.


טו תשובה און באצאל פאר אלע דיינע לענדלארדס; קוק וואס דער רבי זאגט אויף איינער וואס צאלט נישט קיין רענט (ספר המידות, אות גניבה וגזילה, סימן א): "מִי שֶׁנִּפְתָּה לִבּוֹ לִגְזֹל וְכֵיוָן שֶׁהִתִּיר לְעַצְמוֹ גְּזֵלַת חֲבֵרוֹ, הֲרֵי הוּא מוּכָן לְכָל חֵטְא וְעָוֹן, וְאֵין תַּקָּנָה לַהֲסִירוֹ מִדַּרְכּוֹ הָרָעָה", א מענטש וואס גנב'ט געלט איז א סימן אז ער איז גרייט עובר צו זיין אויף אלע עבירות און עס איז נישט דא קיין שום וועג אים צוריק צו ברענגען פון זיין שלעכטע וועג; טו תשובה און באצאל פאר אלע וועם דו קומסט געלט.


בכלל דארפסטו טוישן דיין וועג פון זיין א רוכל און א לץ. ביי דיר זעט מען וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות לשון הרע, סימן ו): "עַל-יְדֵי הוֹלְכֵי רָכִיל נַעֲשִׂים לֵצִים", דורך רעדן רכילות - טראגן און ברענגען פריוואטע זאכן פון איינעם צום צווייטן - קומט מען צו ליצנות, דיין גאנצע קאפ איז איין שטיק עקל; אנשטאט צו נעמען דעם רבינ'ס עצות אויף צו לעבן מיט דעם, אנשטאט יעדע איבעריגע מינוט וואס דו האסט זאלסטו אויסנוצן צו לערנען מקרא – חומש רש"י, משנה, גמרא וכו' איז אריין אין דיר דער רוח, דו רעדסט פון דעם צו אים און פון אים צו דעם, טראגסט און ברענגסט א גאנצן טאג זאכן וואס האבן נישט מיט דיר; מיין הארץ גייט מיר אויס פאר דיין ווייב וואס איז נעבעך פארקנעכטעט פאר דיר.


וועסטו טוישן דיינע מעשים איז גוט, אז נישט זאג איך דיר שוין: "זוך דיר אן אנדערע פלאץ!" מוהרא"ש האט מיר געשטעלט איך זאל אכטונג געבן אז היכל הקודש זאל נישט אויסקוקן ווי א ברסלב'ע שול פון הפקר יונגען. מוהרא"ש האט מיר שוין געזאגט מיט יארן צוריק אז איך זאל פטור ווען פון דיר; דיין מויל איז א בית כסא, דיין קאפ איז א שטיק צואה, דו ביסט א הולך רכיל מגלה סוד.


איך האב ליב תמימות, דערפאר איך האב ליב צו זיצן מיט בחורים און אינגעלייט וואס שלינגען און טרינקען מיט דארשט דעם רבינ'ס ווערטער אן קיין ליצנות; דאס האט מיר געכאפט ביי מוהרא"ש זכרונו לברכה - דאס תמימות. ווייל ווי מער תמימות א מענטש האט, אלץ מער איז ער א כלי צו מקבל זיין פון הייליגן רבי'ן.


יעדעס מאל עס ווערן מקורב פרישע בחורים אדער עס קומט א פרישער אינגערמאן קלעב איך זיך צו אים, ווייל יענער איז געקומען נאר פאר איין סיבה: 'צו הערן נאך א דיבור פון רבי'ן און נעמען נאך אביסל שכל פון רבי'ן', וואס מען זעט דאס נישט ביי אלטע מקורבים. על פי רוב ביי אלטע מקורבים ווערט אפגעקילט דאס תמימות.


אויב וועסטו תשובה טון איז גוט, אז נישט בעט איך דיר מיט שיינעם: "לאז מיר אפ; פארקויף נישט מיין נאמען, איך וויל נישט האבן קיין שייכות מיט לצים".


דער אייבערשטער זאל אונז אפהיטן פון אלעם שלעכטס, ובעיקר פון בעלי בחירה וואס קענען זייער שעדיגן (עיין שיחות הר"ן, אות פ).