בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#39 - זיך פארלייגן אויף לערנען משניות און גמרא
משניות, שיעורים כסדרן, תמימות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו ליינען דיינע בריוו, ווי דו שטארקסט זיך בלימוד התורה און יראת שמים.


דער עיקר זאלסטו זיך פארלייגן אויף לערנען משניות און גמרא; דאס הייסט, פרוביר צו לערנען לכל הפחות יעדן טאג אכצן פרקים משניות. מוהרא"ש זאגט אין ספר אשר בנחל פאר בחורים און אינגעלייט, נישטא נאך אזא לימוד וואס הרג'עט דעם סמ"ך מ"ם ווי אכצן פרקים משניות, מען ווערט אינגאנצן ריין, עס נעמט אראפ אלע פלעקן, אויך די פלעקן וואס זענען איינגעגעסן וכו', דורך לערנען משניות, דורך זאגן משניות - ווערט די נשמה ציכטיג ריין.


דיין צווייטע שיעור זאל זיין גמרא, מאך זיך א שיעור אין ש"ס. לערן כסדרן, זיי זיך נישט מבלבל פון קיינעם, לערן כסדרן אויף דיין וועג לויט דיין מעגליכקייט, ווער נישט צעדרוקט פון אנדערע, קוק נאר אויף דיר וויפיל דו קענסט לערנען און אנקומען, און ווען דו ענדיגסט א מסכתא גיי צו די קומענדיגע מסכתא, ביז דו וועסט ענדיגן ש"ס, און דעמאלט זאלסטו אנהויבן נאכאמאל ש"ס. עס וועט דיר זיין שווער, ווייל אין אנהויב ווען מען הויבט אן לערנען אויפן סדר דרך הלימוד ווערט דער שטן משוגע, ער זעט אז ער פארלירט דא א נשמה, מאכט ער אלע סארט שוועריקייטן, אבער ביי דער וואס איז שטארק, דער וואס האלט אן מיט עקשנות - ווערט אים זייער זיס און געשמאק.


דער מגיד שיעור שרייבט מיר זייער שיינע זאכן אויף דיר. איך וויל דיר בעטן זאלסט בלייבן מיט דיין תמימות, זאלסט נישט האבן מיט קיין לצים, זאלסט זוכן חברים וואס לעבן מיט אמונת חכמים, מיט יראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#38 - זיך אויפפרישן
הפצה, תמימות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין היינט צוריק געקומען פון ארץ ישראל, איך בין נאך זייער אפגעמאטערט. איך וויל דיר זאגן, אנשי שלומינו פון ארץ ישראל זענען זייער פריש און מיט אסאך תמימות, איך אליין ווער פון פריש מקורב יעדע מאל איך טרעף זיך מיט זיי.


איך בין געווען אין בני ברק, מירון, יבנאל, טברי', ירושלים; עס האט לכתחילה געהייסן איך וועל געבן שיעורים אויך אין בית שמש, אלעד, בראכפעלד, יבנאל, אבער עס איז געווען זייער אסאך משפחות וואס האבן געוואלט קומען און רעדן, איך האב געטראכט, ענדערש מאכן קבלת קהל, געבן יעדן איינעם פריוואט אפאר מינוט, ווי געבן דרשות.


אין די צוויי טעג זענען געקומען פינף און זעכציג משפחות מאן און ווייב באזונדער, זיך באדאנקען און פרעגן זייערע ספיקות. אלע לעבן מיטן רבי'ן, אלע לעבן מיט די עצות, עצתו אמונה, שיעורי חינוך וכו'.


איך שרייב דיר דאס, איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט אויך פריש מקורב ווערן, פריש אנהויבן דרך הלימוד, פריש גיין הפצה, פריש גיין יעדן טאג א שפאציר זיך מתבודד זיין.


 

#37 - אנהויבן לערנען קבלה?
תמימות, קבלה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פקודי, כ"ד אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין ליבער הארציגער ... נרו יאיר


האסט מיר געפרעגט נאכן שיעור אויב דו קענסט און אויב דו זאלסט לערנען קבלה.


עס איז געווען אינטערעסאנט, ווייל ביים שיעור ליל שישי וואס איז געווען אינאיינעם מיט א סעודה פאר די הילולא פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו האבן מיר פארגעלערנט א שטיקל פון די הנהגות האדם פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו, וואס ער זאגט ווי מען זאל זיך אכטונג געבן פון לערנען קבלה, אז דאס איז א לימוד וואס האט אין זיך צוויי כוחות; אדער ברענגט די לימוד אז דער מענטש זאל ווערן א גרויסער צדיק, אדער קען די לימוד אראפשלעפן דעם מענטש אין די טומאה רחמנא לצלן, אזוי ווי עס האט פאסירט מיט שבתי צבי ימח שמו, וואס האט עוסק געווען אין לערנען קבלה בטומאה רחמנא לצלן, דאס האט אים אינגאנצן פארפירט השם ישמרינו.


מיין ליבער טייערער חבר, מיין הארציגער ברודער, בלייב מיט דיין תמימות פון זאגן אסאך משניות און גמרא, דאס רייניגט דעם מענטש פון אלע טומאות און אלע זוהמות, ווער רעדט נאך אז דו קענסט זיך נעמען צו לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות, בגירסא, נאר זאגן די ווערטער - דאס וועט דיך אויסרייניגן פון אלע שמוץ, דו וועסט ווערן אן ערליכער איד, און אויך אז דו קענסט לערנען אסאך בלעטער גמרא, ש"ס כסדרן, און זיך אויסוויינען אויף די גמרא צו די הייליגע תנאים און אמוראים, זיי זאלן דיר העלפן דו זאלסט קענען זוכה זיין צו לעבן מיטן אייבערשטן און נאר טון זיין ווילן.


צו לערנען קבלה דארף מען זען וואס דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (הנהגות האדם, סימן ה): "צריך האדם לזכך ולכבס עצמו מכל חטא ולזכך נשמתו", מען דארף זיך ערשט רייניגן די נשמה פון אלע עבירות וואס מען האט געטון, מען דארף זיך גוט אפוואשן פון די שלעכטס, "ויבין האדם אם זיכך נשמתו", און ווי אזוי קען מען וויסן אויב מען איז שוין ריין און מען קען שוין לערנען קבלה? "כאשר אין יצה"ר מסיתו לשטות והבלים כאשר בתחילה", ווען מען זעט אז דער יצר הרע ציט שוין נישט דעם מענטש צו נארישקייטן אזוי ווי אמאל, "ואז יוכל ללמוד בכל פעם הכתבים", דעמאלט קען מען לערנען כתבי האריז"ל, "והשם יתברך יזכהו", און דער אייבערשטער וועט העלפן, "אם יזכך מחשבתו בקדושה באמת ובתמים", אויב מען האט זיך טאקע גערייניגט, מען האט נאר ריינע מחשבות – "שיפתח לו שערי החכמה בכתבי האר"י זללה"ה", אז עס וועט זיך אים עפענען די מח און ער וועט אנהויבן פארשטיין די סודות פון קבלה, "אשר לא כן כל זמן שמלובש בתאוות גופניות בהבלי זמן", אבער אויב מען איז נישט אינגאנצן ריין, מען וויל נאך טון נארישקייטן, "שהלימוד קשה לו מאד ח"ו", דעמאלט אז מען לערנט קבלה קען דאס זייער שאטן דעם מענטש, מען קען פון דעם זייער פארקריכן.


איך האב דיך זייער ליב, איך וויל נאר דיין גוטס, בלייב מיט דיין תמימות, מיט דיין משניות, מיט דיין געפינטלטע גמרא וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#36 - לאז אפ ספרים חיצוניים; לערן משניות, גמרא און מדרשים
חברים, תמימות, דרך הלימוד

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויקהל, כ' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין זייער נייגעריג וואו און ווער האט דיך געשלעפט צו די ריכטונג, צו לערנען די סארט ספרים, וועלכע חברים האסטו געפונען? איך האף צום אייבערשטן דו האסט גוטע חברים, אז דו זאלסט נישט פארקריכן חס ושלום, זאלסט בלייבן ערליך מיט די וועג פון די הייליגע צדיקים.


לאז אפ די ספרים חיצוניים, לערן די הייליגע משניות, די הייליגע גמרא און מדרשים. קוק וואס דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגל עלינו שרייבט אין הנהגות האדם, וואס מען זאל לערנען.


א. "הראשון: צריך האדם ללמוד גמרא ופירוש רש"י ותוספות ומפרשים, כל אחד לפי השגתו, והפוסקים אחריהם", דאס ערשטע לימוד זאל מען לערנען גמרא מיט רש"י און תוספות וכו', יעדער איינער לויט זיין פארשטאנד, "ומתחילה ילמוד שולחן ערוך אורח חיים", און מען זאל לערנען שולחן ערוך אורח חיים, "וצריך להתפלל להשם יתברך שיבוא על האמת", און מען זאל דאווענען צום אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו אמת, "כי חטאת נעורים של האדם הראשון מסמין עיניו שלא יראה", ווייל די עבירות פון פגם הברית פון די יונגע יארן מאכן בלינד די אויגן פון זען די אמת, "אף שיכול לפלפל ולהגיד לאחרים דינו", און אפילו מען קען זיך טענה'ן אין לערנען, מען קען זאגן א צווייטן וואס צו טון, "אבל הוא בעצמו שוכח ולא מקיימם באמת", אבער דער מענטש אליין פארגעסט און טוט עס נישט, "לכן צריך האדם להתחרט מאוד על עוונותיו", דעריבער דארף מען תשובה טון אויף די עבירות, "ולהתבודד עצמו קודם אור היום", און זיך אויסשמיסן דאס הארץ פארטאגס מיטן אייבערשטן, "שאז עת רצון לבכות על גלות השכינה פעמים הרבה עד אין חקר, ויבכה בדמעות", מען דארף וויינען מיט טרערן, "וגם ביום לפעמים יתבודד", אויך בייטאג זאל מען זיך פון צייט צו צייט מתבודד זיין, "ואז יראה בעצמו שעמדו עונותיו נגד עיניו", דעמאלט וועט ער זען וויפיל עבירות ער האט געטון, "ויזכור את חטאתיו ועוונותיו ופשעיו כהרים וגבעות", ער וועט זיך דערמאנען זיינע עבירות און זען זיינע עבירות ווי בערג און טאלן, אזויפיל – "אשר מעולם לא זכר אותם אם עשה ככה", וואס ער האט פון פארדעם בכלל נישט געוואוסט אז ער האט דאס געטון, "ככה יעשה לא פעם ולא שתים ולא מאה פעמים", אזוי זאל ער טון, נישט איין מאל, נישט צוויי מאל, נישט הונדערט מאל, "עד אשר ירחמו עליו מן השמים", נאר ביז מען וועט רחמנות האבן אויף אים פון הימל, "ויתפלל להשם יתברך שידריכהו בדרך", און מען זאל בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים און אים פירן אויפן ריכטיגן וועג, "ויורהו דרכו שלא יבלה חיי חייו", עס זאל אים נישט אריבערגיין דעם לעבן מיט נארשיקייטן, "ואז השם יתברך ברחמיו וברוב חסדיו יאיר עיניו באור תורתו הקדושה", דעמאלט וועט אים דער אייבערשטער פירן אויפן ריכטיגן וועג, עס וועט זיך אים עפענען די שיין און ליכטיגקייט פון די תורה, "ויבין וישכיל תוכן הדבר לעשותו ולקיימו", און ער וועט זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד.


מיין ליבער ברודער, אנטלויף פון די אלע חכמות, דמיונות וכו'; נעם דעם רבינ'ס וועג וואס האט אונז געלערנט וואס איז א איד, א איד איז דער וואס טוט די מצוות פונעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות, און דער וואס לערנט די הייליגע תורה. דער הייליגער רבי האט זייער אסאך גערעדט מיט אונז מיר זאלן דינען דעם אייבערשטן בתמימות ובפשיטות, מיר זאלן נישט נאכגיין אונזער שכל, ווייל אויב מען גייט נאך דעם שכל - קען מען פארקריכן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יב): "כְּשֶׁאָדָם הוֹלֵךְ אַחַר שִׂכְלוֹ וְחָכְמָתוֹ, יוּכַל לִפֹּל בְּטָעוּתִים וּמִכְשׁוֹלוֹת רַבִּים, וְלָבוֹא לִידֵי רָעוֹת גְּדוֹלוֹת, חַס וְשָׁלוֹם", ווען א מענטש גייט נאך זיין שכל און זיין חכמה קען ער צוקומען צו מאכן גרויסע טעותים און צו גרויסע פראבלעמען, "וְיֵשׁ שֶׁקִּלְקְלוּ הַרְבֵּה, כְּגוֹן הָרְשָׁעִים הַגְּדוֹלִים מְאֹד הַמְפֻרְסָמִים, שֶׁהִטְעוּ אֶת הָעוֹלָם וְהַכֹּל הָיָה עַל יְדֵי חָכְמָתָם וְשִׂכְלָם", עס זענען געווען גרויסע רשעים וואס האבן פארדרייט די וועלט, און אלעס האט זיך אנגעהויבן ווייל זיי זענען נאכגעגאנגען נאך זייערע חכמות; דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא, רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִּפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת, וּלְהִסְתַּכֵּל בְּכָל דָּבָר שֶׁעוֹשֶׂה שֶׁיִּהְיֶה שָׁם הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער עיקר פון אידישקייט איז, מען זאל פאלגן די הייליגע תורה בתמימות ובפשיטות, און פאר מען טוט א זאך זאל מען קוקן צי דאס איז דער רצון פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#35 - די שענסטע מתנה איז אן ערליכע פרוי מיט יראת שמים
שלום בית, טעלעפאן, דאווענען, תמימות, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פאלג דיין ווייב און בלייב מיט דיין פשוט'ע טעלעפאן. זי איז גערעכט, אזוי הויבט מען אן און עס ענדיגט זיך ביטער; קודם נאר א עפפ פאר די וועג, נאכדעם נאר די באנק, נאכדעם נאר א גרופ פאר משפחה - ביז מען ווערט אן עבד לעבדים, מען ווערט פארקנעכטעט פארן טעלעפאן, השם ישמרינו.


אויך זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן אז דו האסט באקומען א ווייב אן ערליכע און אן איידעלע, דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף דעם; די שענסטע מתנה וואס מען קען זוכה זיין איז אן ערליכע פרוי וואס איז שטארק מיט יראת שמים און וויל זיך נישט בייגן פאר די גוי'אישע גאס; לויב איר און שעץ איר - וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.


האסט מיר געבעטן איך זאל דיר עפעס שרייבן לכבוד דיין יום הולדת, לכבוד וואס דער אייבערשטער האט דיר געשאנקען נאך א יאר לעבן, וואס דו זאלסט זיך מקבל זיין; זיי זיך מקבל אויסצוהערן חזרת הש"ץ ווארט ביי ווארט מיט א סידור פון אינעווייניג, לערן נישט דיינע שיעורים כסדרן ביי חזרת הש"ץ, קוק נישט קיין ספרים און גליונות און זיכער נישט רעדן מיט קיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#34 - אויסלויבן די ווייב און איר קיינמאל נישט אוועק מאכן
שלום בית, תמימות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


זע און פרוביר צו האבן אמת'ע שלום בית, עס זאל זיין ליבשאפט צווישן דיר און דיין ווייב, ווייל דאס איז געווען ביים רבי'ן א וויכטיגע זאך און אן עיקר, מען זאל האבן שלום בית.


זאלסט אויסלויבן דיין ווייב און זאלסט איר קיינמאל נישט אוועק מאכן, און אז דיין ווייב האט מנהגים און ענינים וכו' – זאלסטו איר שעצן, נישט חוזק מאכן, ווייל עס איז נישטא בעסערס ווי א תמימות'דיגע ערליכע פרוי, וואס האט אירע ענינים וכו' וכו'.


נארישע קליינקעפלדיגע אינגעלייט רייסן אונטער די ווייב מיט אירע מנהגים, עניינים, צניעות וכו', און שפעטער רייסט מען זיך די האר פון קאפ, שפעטער ווען די יונגע היציגע יארן גייען אריבער, דעמאלט וויל מען די וואוילע ערליכע פארמאכטע מאמע וואס היט די קינדער וכו'.

#33 - א תמימות'דיגן פשוטן איד איז דא וואס מקנא צו זיין
תהלים, תשובה, תמימות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישלח, ז' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די גרעסטע זאך איז דינען דעם אייבערשטן מיט תמימות ופשיטות, דער הייליגער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אויף איינעם, א פשוט'ער מענטש וואס האט געוואוינט אין ברסלב (חיי מוהר"ן, סימן תקכ): "אֲנִי מְקַנֵּא אֶת ר' יוֹסְקֶע", איך בין מקנא דעם ר' יוסקע, "שֶׁיָּכוֹל לוֹמַר הַרְבֵּה", וואס פלעגט זאגן אסאך; אין ברסלב האט געוואוינט א איד וואס פלעגט זאגן און זאגן תהילים און תחינות און מעמדות, אויף אים האט דער רבי געזאגט אז ער איז אים מקנא.


אינטערעסאנט, דער רבי זאגט דאך (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רעח): "הַצַּדִּיק שֶׁאֵינוֹ מְקַנֵּא שׁוּם צַדִּיק, לֹא בָּעוֹלָם הַזֶּה וְלֹא בָּעוֹלָם הַבָּא", אז די גרעסטע מדריגה איז ווען מען איז קיינעם נישט מקנא, "רַק אוֹתוֹ לְבַדּוֹ יִתְבָּרַךְ", נאר דעם אייבערשטן אליין, און ווי מיר ווייסן האט דער רבי דאס געזאגט אויף זיך אליין, אזוי ווי די מעשה גייט מיט רבי נתן, ווי ער האט זיך צופלאמט און געזאגט אז דער רבי איז משיח וכו' וכו'; דער רבי איז קיינעם נישט מקנא, נאר דעם איש פשוט פון ברסלב וואס קען אסאך זאגן... דאס איז פלאי פלאים, ווי גרויס תמימות ופשיטות איז, דאס איז העכער פון די העכסטע, ביים רבי'ן איז תמימות די העכסטע זאך, אז אים איז מען גאר יא מקנא.


זאג תהילים, הלואי זאלסטו יעדן טאג זאגן דעם יום תהילים און מסיים זיין תהילים יעדע וואך. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון זאל זאגן תהלים, "כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווייל זאגן תהילים איז מסוגל צו תשובה טון. "וְהִנֵּה, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ", יעדער איד וויל זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, "וְאַף עַל פִּי כֵן לָאו כָּל אָדָם זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, "כִּי יֵשׁ אֶחָד שֶׁאֵין לוֹ הִתְעוֹרְרוּת כְּלָל לִתְשׁוּבָה", ווייל ער האט בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, "וַאֲפִילּוּ מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, אֵינוֹ זוֹכֶה לְהַגִּיעַ אֶל הָאוֹת וְהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה הַשַּׁיָּךְ לוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין יא א התעוררות תשובה צו טון, ווייסט ער נישט וואס ער זאל טון דאס צו קענען אויספירן, "וַאֲפִילּוּ אִם מַגִּיעַ לְשָׁם, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה סָגוּר, וּמֵחֲמַת כָּל זֶה אֵין הָאָדָם זוֹכֶה לִתְשׁוּבָה", און אפילו איינער וואס האט יא א התעוררות תשובה צו טון און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו טון למעשה און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו', דערפאר איז נישט יעדער זוכה תשובה צו טון, "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", פירט דער רבי אויס, אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהילים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות - ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורך דעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#32 - מיר קענען אויך טון ווי דער הייליגער טשערנאבלער מגיד
תפילות אויף אידיש, סיפורי צדיקים, תמימות, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, י"א מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז די יארצייט פון הייליגן צדיק דער מאור עינים, דער טשערנאבלער מגיד זכותו יגן עלינו. עס איז באוויסט, ווען ער איז געווען גאר קליין איז ער געבליבן אן טאטע און מאמע, זיין פעטער האט אים גענומען צו זיך אין שטוב, אבער ער האט זיך נישט אפגעגעבן מיט אים אזוי ווי מיט זיינע אייגענע קינדער, ווען ער פלעגט געבן פאר זיינע קינדער גוטע נאש האט ער אים נישט געגעבן. איז דער קליינער קינד נחום געגאנגען אין שול געעפנט די ארון הקודש און געוויינט צום אייבערשטן, ער האט געזאגט: "טאטע אין הימל איך האב נישט קיין טאטע, דו ביסט מיין טאטע, געב מיר נאש, געב מיר גוטע זאכן וואס אנדערע קינדער האבן", און נאכן פארמאכן די ארון הקודש האט ער געזען א מטבע אויף דער ערד און ער איז זיך געגאנגען קויפן גוטע זאכן. ווען דער פעטער, דער שטיף טאטע האט געזען ווי ער קומט אלץ מיט נאש און ער זאגט ער האט דאס געקויפט - האט ער אים חושד געווען אז ער גנב'עט געלט, האט דער קליינער נחום געזאגט: "איך האב די געלט פון באשעפער, דער אייבערשטער האט מיר געגעבן", דער פעטער קוקט אים אן 'ווי, וואס, ווען?' דער קליינער נחום זאגט אים: "איך בעט דעם אייבערשטן און דער אייבערשטער געבט מיר", דער פעטער פארשטייט נישט: "וואס, עס פאלט אראפ פון הימל געלט?" "יא" - זאגט נחום, דער פעטער זאגט: "איך וויל זען, איך וועל געבן א זייגער פאר מיינע קינדער, איך וויל זען ווי דו גייסט באקומען א זייגער".


דער קליינער נחום מיט זיין גאנצע תמימות גייט אין שול, ער עפנט די ארון הקודש און וויינט: "אייבערשטער, איך האב נישט קיין טאטע, איך דארף אויך א זייגער", און וואונדער פאסירט, עס פאלט אראפ א זייגער, דער פעטער האט שוין מער נישט געטשעפעט דעם קליינעם נחום.


די חידוש ביים רבי'ן איז, אז די מעשה ענדיגט זיך נישט ביים הייליגן טשערנאבלער מגיד, דער הייליגער רבי לערנט אונז אויס אז די מעשה גייט ווייטער ביי אונז, מיר זאלן דאס אויך טון; גיין אין א ווינקל און בעטן מיט רחמנות: "הייליגער באשעפער, געב מיר געלט, איך דארף שפייזן מיין ווייב און קינדער, הייליגע באשעפער איך דארף צאלן פאר די דירה, פאר רענט, פאר די באנק, העלף מיר".


טייערער ברודער, דארפסט נישט זוכן קיין ארון הקודש צו עפענען, עפן דיין מויל און זאג: "הייליגער באשעפער, איך טו תשובה, איך האב חרטה פאר אלעס וואס איך האב געטון שלעכט, איך בעט דיר געב מיר שפע, געב מיר פרנסה, איך קען נישט מער".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#31 - אז דו ביסט קלוגער, ביסטו דאך ערשט א נאר
שלום בית, תמימות, תפילה, ליצנות, סיפורי מעשיות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ב' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר האבן געהאט א הערליכע שבת אין ישיבה. שבת אינדערפרי נאכן דאווענען האבן מיר געלערנט די מעשה פון חכם און תם (סיפורי מעשיות, מעשה ט), ווי דער תם האט זיך געפירט בתמימות, און ווען מענטשן זענען געקומען צו אים שפעטן האט ער זיי געזאגט: "נאר אן ליצנות", און ווען זיי האבן געענטפערט "מיר מיינען נישט קיין ליצנות", האט ער גלייך אנגעהויבן רעדן מיט זיי, ער האט נישט געוואלט איבערטראכטן אפשר מיינען זיי יא ליצנות נאר זיי זאגן אז זיי מיינען נישט צו טשעפען, ווייל דאס אליין איז ליצנות, דער תם האט זיך געפירט זייער גראד, און ווען ער האט געזען אז זיי שפעטן פון אים האט ער זיי געענטפערט: "וואס וועט זיין אויב ענק וועלן זיין קליגער פון מיר? וועלן ענק ערשט זיין נאראנים, ווייל וואס בין איך דען?"


מיר האבן גערעדט פון שלום בית, אז מען זאל נישט שפעטן איינער פון צווייטן, און אויב מען האלט זיך קליגער איינער פון צווייטן איז מען דאך ערשט א נאר, אזוי ווי דער תם האט געזאגט.


ביי שלש סעודת האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון דינען דעם אייבערשטן מיט תמימות. דער פסוק זאגט (בראשית ו, ט): "נֹחַ אִישׁ צַדִּיק", נח איז געווען א צדיק; ווי אזוי איז ער צוגעקומען צו זיין א צדיק אין אזא געפאלענע דור ווי די דור המבול? זאגט דער פסוק (שם): "תָּמִים הָיָה בְּדֹרֹתָיו",  ער האט געדינט דעם אייבערשטן מיט תמימות; דאס איז דער וועג צו ווערן א צדיק, ווער עס גייט בתמימות ופשיטות; ער גייט אין שול דריי מאל א טאג דאווענען די דריי תפילות און טוט בתמימות די מצוות וואס דער אייבערשטער האט אונז באפוילן, און ועל כולם ער איז זיך מתבודד, ער רעדט ארויס אפאר ווערטער צום אייבערשטן – דער קען זוכה זיין צו ווערן אן איש צדיק.


מיר האבן געלערנט ספר חיי מוהר"ן, סימן תלט, ווען דער רבי איז שוין געווען זייער נישט געזונט, דעם לעצטן ראש השנה פון רבינ'ס לעבן, שנת תקע"א, איז געווען ביים רבי'ן אן אייניקל - ישראל'יק, א זון פון שרה דעם רבינ'ס טאכטער; דער אייניקל איז אריין צום רבי'ן אין שטוב און דער רבי האט אים געבעטן: "דאווען פאר מיר איך זאל זיין געזונט", האט ער געפרעגט דעם רבי'ן: "וואס וועל איך באקומען דערפאר?" האט דער רבי געשמייכלט און געזאגט פאר די תלמידים: "ער פירט זיך שוין ווי א גוטער איד", (אזוי פלעגט מען דעמאלט רופן א רבי - 'א גוטער איד'), האט אים דער רבי געגעבן זיין גאלדענעם זייגער. ישראל'יק האט גענומען דעם זייגער און געזאגט הויך אויפן קול: "גאט גאט! לאז מיין זיידע זיין געזונט", און אלע וואס זענען געווען אנוועזנד האבן זיך צעלאכט, האט זיך דער רבי אנגערופן צו זיי און געזאגט: "וואס לאכט איר, וואס דען איז תפילה?!" זיי האבן געלאכט מיינענדיג צו זאגן, ווי איינער פרעגט: 'דאס מיינט תפילה? אויף דעם האסטו באקומען א זייגער?!' האט דער רבי זיי געזאגט: "וואס דען איז תפילה?!" דאס איז תפילה! פשוט'ע ווערטער פארן אייבערשטן, אן קיין שום צוגעלייגטע זאכן וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#30 - תשפ"ה איז ראשי תיבות: ת'הא ש'נת פ'שטות ה'יהדות
קבלה טובה, חומש רש"י, מעביר סדרה, תמימות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וזאת הברכה ב', י"א תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען קען שוין ענדיגן די וואך מעביר סדרה זיין פרשת וזאת הברכה, מען דארף נישט ווארטן אויף נאך שמחת תורה אנצוהויבן פרשת בראשית, נאר קומענדיגע וואך זונטאג, חול המועד סוכות - קען מען שוין אנהויבן פרשת בראשית. מוהרא"ש האט דאס אלע יארן געבעטן, מיר זאלן נישט פארפאסן די אנהויב יאר, מען זאל זיך מוסר נפש זיין פאר די מצוה פון מעביר סדרה זיין, יעדן טאג לערנען אביסל חומש, תרגום מיט רש"י.


דערפאר בעט איך דיר זייער, זע צו ענדיגן פרשת וזאת הברכה, אזוי וועסטו קענען אנהויבן זונטאג חול המועד פרשת בראשית, לערנען יעדן טאג חומש, תרגום מיט רש"י, דורכדעם וועסטו זיין אפגעהיטן פון שלעכטס, דו וועסט האבן א שמירה עליונה, וועסט זיין אפגעהיטן פון די יצר הרע פון עבירות.


ווארף אוועק דיינע חכמות המדומות וכו', פאלג וואס צדיקים זאגן בתמימות ופשיטות. מוהרא"ש האט אויך געוואוסט פון די ווערטער פון הייליגן אריז"ל וואס זאגט מען זאל מעביר סדרה זיין דווקא פרייטאג, און דאך האט ער אונז געמוטיגט אלע יארן ביי די שיעורים און אין די בריוו אז מיר זאלן במשך די וואך - אנגעהויבן פון זונטאג - מעביר סדרה זיין, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהויבן מעביר סדרה זיין, דער משנה ברורה ברענגט אראפ (שם, סעיף קטן ח) פונעם הייליגער ווילנער גאון זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער.


דאס זאל זיין פון דיינע נייע קבלות פאר די נייע יאר, לערנען יעדן טאג חומש, תרגום און רש"י, זיך פירן ווי א פשוט'ער איד, בתמימות ופשיטות, אזוי ווי מיר האבן דערמאנט אין אומאן ביי די שיעורים, תשפ"ה איז ראשי תיבות: ת'הא ש'נת פ'שטות ה'יהדות; ווייל מעביר סדרה זיין וועט דיר ברענגען יראת שמים. אזוי ווי דער הייליגער רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זכותו יגן עלינו האט געזאגט פארן ערוגת הבושם זכותו יגן עלינו ווען ער איז אים געקומען באזוכן, דער ערוגת הבושם האט אים געבעטן ער זאל באזוכן זיין ישיבה, ער זאל זען ווי פלייסיג זיי לערנען און ווי ערליך זיי פירן זיך אויף, ווען רבי מרדכי'לע איז ארויסגעקומען האט אים דער ערוגת הבושם געפרעגט: "נו, וואס זאגט איר אויף מיינע בחורים?" האט אים רבי מרדכי'לע געענטפערט: "זיי האבן נישט קיין יראת שמים!" הערנדיג דאס איז דער ערוגת הבושם געווארן זייער דערשראקן און פארוואונדערט, ווי אזוי קען זיין אזא זאך? און ער פרעגט דעם הייליגן רבי מרדכי'לע: "רבי, פארוואס זאגט איר אזוי?!" האט ער אים געענטפערט: "ווייל זיי לערנען נישט קיין חומש רש"י!" דער ערוגת הבושם האט זיך זייער געוואונדערט אויף דעם, און ער האט נאכגעפארשט ביי זיינע תלמידים אויב זיי ענדיגן יעדע וואך חומש רש"י, האבן זיי אים געענטפערט אז נישט, ווייל די וועכנטליכע פארהער איז פארגעקומען פרייטאג צופרי, און עס קומט זיי נישט אויס קיין צייט ווען צו קענען מעביר סדרה זיין, האט שוין דער ערוגת הבושם פארשטאנען אז רבי מרדכי'לע ווייסט וואס ער רעדט, און ער האט איינגעפירט אין זיין ישיבה אז מען זאל פארהערן זונטאג, און מען זאל יעדן טאג לערנען חומש רש"י.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - לויבן און אויסרימען ווען ס'איז דריי עקעדיג
תהלים, עבודת השם, תמימות, סיפורי מעשיות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת אין ישיבה מיט אנשי שלומינו איז געווען זייער שיין, שבת אינדערפרי נאכן דאווענען ביי סיפורי מעשיות האבן מיר געלערנט די מעשה פון דער חכם און תם (סיפורי מעשיות מעשה ט), ווי ביטער עס איז געווען דאס לעבן פארן חכם, ער האט געזוכט אין יעדע זאך נאר די חסרונות, און דער תם האט געזוכט אין יעדע זאך דאס גוטס, און אפילו די שיך מיט די דריי עקן האט ער אזוי אויסגעלויבט און אויסגערומט, און אז די עסן אדער די ווייב איז דריי עקעדיג - דארף מען דאס לויבן און אויסרומען, אזוי לעבט מען א זיסע לעבן.


ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט פון פרשת השבוע, עס שטייט (דברים יח, יג): "תָּמִים תִּהְיֶה עִם ה' אֱלֹקֶיךָ", האבן מיר געלערנט שיחות הר"ן (סימן קנד) וואו דער רבי זאגט: "שֶׁעִקַּר מַה שֶּׁהִגִּיעַ לְמַדְרֵגָתוֹ", וואס איז דער סוד ווי אזוי ער האט זוכה געווען אנצוקומען צו די הויכע מדריגות? "הוּא רַק עַל יְדֵי עִנְיַן 'פְּרָאסְטִיק' (פְּשִׁיטוּת)", נאר ווייל ער האט זיך געפירט בתמימות ופשיטות, "שֶׁהָיָה מְדַבֵּר הַרְבֵּה וּמֵשִׂיחַ הַרְבֵּה בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ", ער האט אסאך געשמועסט און אסאך גערעדט מיטן אייבערשטן, "וְאָמַר תְּהִלִּים הַרְבֵּה בִּפְשִׁיטוּת", און אויך דורך זאגן אסאך תהילים פשוט'ערהייט, "וְעַל יְדֵי זֶה דַּיְקָא הִגִּיעַ לְמַה שֶּׁהִגִּיעַ", און אזוי האט ער זוכה געווען אנצוקומען צו וואו ער איז אנגעקומען.


מיר האבן זיך זייער מחי' געווען מיט די שיחה, ווייל דאס קענען מיר נאכטון, מיר קענען זאגן תהילים און מיר קענען אלע שמועסן מיטן אייבערשטן.


ווען מיר פלעגן הערן מעשיות פון הייליגן רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו און פון זיין הייליגע ברודער רבי זושא זכותו יגן עלינו, און פון אנדערע צדיקים; זייער מסירות נפש, זייערע תעניתים, זייערע סיגופים, ווי זיי פלעגן זיך פייניגן זייער גוף פארן אייבערשטן מיט ברעכן אייז, זיך טובל'ען אין די ווינטער אין טייך; האבן מיר געטראכט אז דאס איז נישט אויף נאכצומאכן, דאס איז נישט פאר אונזערע גופים, מיר זענען שוואכע באקוועמע מענטשן, מיר וועלן שוין צדיקים נישט זיין, אבער אז מען הערט אזא שיחה וואס דער רבי זאגט "שֶׁעִקַּר מַה שֶּׁהִגִּיעַ לְמַדְרֵגָתוֹ", וואס איז די סוד ווי אזוי ער האט זוכה געווען אנצוקומען צו די הויכע מדריגות? "הוּא רַק עַל יְדֵי עִנְיַן פְּשִׁיטוּת", נאר ווייל ער האט זיך געפירט בתמימות ובפשיטות, "שֶׁהָיָה מְדַבֵּר הַרְבֵּה וּמֵשִׂיחַ הַרְבֵּה בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ", ער האט אסאך געשמועסט און אסאך גערעדט מיטן אייבערשטן, "וְאָמַר תְּהִלִּים הַרְבֵּה בִּפְשִׁיטוּת", און דורך זאגן אסאך תהילים פשוט'ערהייט, "וְעַל יְדֵי זֶה דַּיְקָא הִגִּיעַ לְמַה שֶּׁהִגִּיעַ", דאס קענען מיר אלע נאכמאכן.


היינט פארטאגס בין איך געפארן מתפלל זיין מיט מיינע קינדער אין קווינס ביים אוהל, איך נעם מיט מיינע קינדער, איך וויל זיי מחנך זיין אז ווען זיי וועלן עלטער ווערן זאלן זיי שטענדיג גיין אויף קברי צדיקים מתפלל זיין. איך האב געזאגט דעם יום תהילים און זיך מתבודד געווען, איך האב מתפלל געווען פאר אלע וואס ווארטן אויף שידוכים, און אויף די וואס ווארטן אויף קינדער, זיי זאלן אלע אויפגעראכטן ווערן.


אויב דו ווייסט פון אנשי שלומינו וואס קענען נישט פארן קיין אומאן, זיי קענען נישט ארויספארן פון אמעריקע וכו' - זאלסטו מיר לאזן וויסן, ווייל איך וויל זייער שטארק מאכן א מנין אין שטעטל, איך וויל נישט לאזן די שטעטל אן קיין מנין ראש השנה, כדי די פרויען זאלן קענען הערן שופר בלאזן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#28 - שפאציר צווישן די ביימער און גראז, און שמועס מיט'ן אייבערשטן
תפילה והתבודדות, עבודת השם, היטן די צייט, סדר היום, תמימות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


עס איז דא א גרויסע יצר הרע צו פארברענען די נעכט און נאכדעם אויפשטיין שפעט, בעט איך דיר זאלסט אויסדרייען דיין סדר, גיי שלאפן פרי און שטיי אויף פרי, עס איז אנדערש ווען מען גייט שלאפן פרי און מען שטייט אויף פארטאגס.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, גיי יעדן טאג א שפאציר צווישן די ביימער און גראז און שמועס מיטן אייבערשטן כאשר ידבר איש אל רעהו, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, בעט אים זאלסט זיין א צדיק.


דער הייליגער רבי האט אונז דערציילט אז אזוי האט ער זוכה געווען צו קומען צו זיינע מדריגות, דורך תפילה והתבודדות בתמימות ופשיטות; נאר אזוי קומט מען אן צו זיין א צדיק.

#27 - וואס זוכסטו זיך צרות? אנטלויף פון דעם פלאץ
תפילות אויף אידיש, פרנסה, תמימות, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך, י' סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מאנסי


נאכן ליינען דיין בריוו זע איך נישט קיין שאלה, דו אליין שרייבסט די סכנה פון די פלאץ וכו', ווי זיי לאקערן אויף דיין ווייב רחמנא לצלן, דער קאארדינעטאר איז א מניוול וכו'; איז וואס זוכסטו זיך צרות, אנטלויף פון די ארגאניזעישן.


גיי יעדן טאג צום ציון פון הייליגן ריבניצער זכר צדיק לברכה און זיי זיך מתבודד, בעט די ווערטער: "הייליגער באשעפער איך וויל תמימות אין דיר, איך וויל תמימות אין פאלגן צדיקים, גיין אין די וועג פון צדיקים. הייליגער באשעפער, איך, מיין ווייב מיט מיינע דורות זאלן אלע זיך פירן בדרך התורה מיט תמימות, זיין ערליכע אידן, און נעם אוועק פון מיר יעדע טראפ פון ליצנות, איך זאל נישט פארפאלן גיין בזה ובבא"; אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן פאר תמימות, און בעט אז יעדע טראפ ליצנות זאל ארויסגיין פון דיר און פון דיינע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#26 - זיי פון די תמימים וואס גלייבן אין צדיקים
שטעטל, אמונת חכמים, תמימות, שבועות, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בחוקותי, כ"א אייר, ל"ו לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, מאנסי


זייער גוט אז דו קומסט נישט אויף יום טוב שבועות אין שטעטל, נאכדעם וואס פאריאר האסטו זיך גוט אפגעבריט; דו האסט געברענגט דיין משפחה אין שטעטל נאר צו ווערן נענטער, און ביי די סעודה, דארט וואו דו ביסט איינגעשטאנען - האט מען געמאכט ליצנות אויף מיר און אויף די קהילה, און דיין ווייב איז געווארן נאך מער אפגעקילט.


ביסט נישט דער איינציגסטער וואס בריט זיך אפ, איך האב שוין געהערט פון נאך אז זיי האבן זיך אפגעבריט. אויך האט מיר א אינגערמאן געזאגט עס האט אים געמאכט אז זיין ווייב זאל אפלאזן אידישקייט און ער האט זיך געדארפט גט'ן, ווייל זיין ווייב איז געווען אין אנהויב זייער א תמימות'דיגע, אבער נאכן גיין עסן ביי לצים און הערן ווי מענטשן וואס דרייען זיך דא מאכן חוזק אויפן ראש ישיבה - האט זי זיך צוגעכאפט צו די ליצנות, ביז ער האט זיך געדארפט גט'ן, ווייל זי האט אפגעלאזט אלעס השם ישמרינו.


ענדערש בלייב אין שטוב אויף יום טוב, אדער דינג א פריוואטע דירה - ווי איידער קומען אין שטעטל און עסן ביי לצים וואס די גאנצע סעודה איז איין שטיק ליצנות.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג אז דו, דיין ווייב און דיינע דורות - זאלן זיין פון די תמימים וואס גלייבן אין צדיקים, וואס האבן נישט מיט קיין ליצנות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - נישט גוטע קנאה אויף ערליכע אידן
התחזקות, עבודת השם, קנאה, תמימות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אמור, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דיין ווייב האט מיר געבעטן איך זאל דיר מחזק זיין בנוגע וואס דו שפירסט זיך צעקלאפט, ווען דו זעסט דיינע חברים ווי זיי זענען מצליח בעבודת השם ווערסטו זייער צעבראכן.


איך בעט דיר מיין טייערער ליבער ברודער, וואס ווייסטו וואס גייט אריבער אויף זיי? וואס ווייסטו וואס פאר א נסיונות זיי האבן? עס דאכט זיך דיר ווי זיי האבן נישט קיין יצר הרע און זיי האבן נישט קיין נסיונות, און ווי מער דו קוקסט אויף זיי ווערסטו מער און מער גארנישט ביי זיך; פארוואס זאלסטו קוקן אויף אנדערע? דער רבי האט דאך אונז געלערנט די סוד פון האבן א גוט לעבן, פון זיך מחי' זיין מיט וואס מען האט און נישט קוקן אויף יענעמ'ס הצלחה אין עבודת השם.


דער רבי האט דערציילט די מעשה פון דעם חכם און תם (ספורי מעשיות, מעשה ט), דער תם איז געווען א שוסטער, ער פלעגט ארבעטן זייער שווער צו פאבריצירן שיך. ווען ער האט שוין געענדיגט מאכן דעם שיך האט עס געהאט יענץ פנים, עס האט געהאט דריי עקן, אבער ער פלעגט אנכאפן דעם שיך און זיך מחי' זיין דערמיט, ער פלעגט זאגן: "וואס פאר א שיינקייט, וואס פאר א וואוילקייט דאס שיכעלע איז, וואס פאר א זיסקייט דאס שיכעלע איז, וואס פאר א האניג'דיג וואס פאר א צוקערדיג שיכעלע דאס איז"; אבער זיין ווייב האט זיך זייער געוואונדערט, זי האט אים געפרעגט: "אז עס איז יא אזוי, פארוואס אנדערע שוסטערס נעמען דריי גילדן פאר א פאר שיך און דו נעמסט נאר א האלבן טאלער?" האט איר דער תם געענטפערט: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר; דאס איז יענעמס מעשה און דאס איז מיין מעשה, און ווייטער פארוואס דארפן מיר שמועסן פון אנדערע מענטשן; לאמיר מאכן א חשבון וויפיל איך פארדין פון דעם שיך", ער פלעגט צאמרעכענען וויפיל ער האט אויסגעגעבן פאר די סחורה און וויפיל עס איז אים אריינגעקומען ריווח, און ער האט געזען אז ער האט מרוויח געווען צען גראשן, האט ער געזאגט פאר זיין ווייב: "וואס זאל מיר באדערן אז איך האב פארדינט עפעס ריווח מיד ליד?"


אז עס כאפט דיר אן א נישט גוטע קנאה, דו הייבסט אן טראכטן פון דיינע חברים ווי זיי זענען מצליח - זאלסטו זיך דערמאנען די ווערטער פון רבי'ן און זינגען: "דאס איז זיין מעשה און דאס איז מיין מעשה, וואס אינטערעסירט מיר יענעמ'ס עבודת השם?" און זיך מחי' זיין מיטן תם, נישט קוקן אויף א צווייטן, ווייל נאר אזוי קען מען האבן א חיים טובים, און אז מען קוקט אויף א צווייטן האט מען נישט קיין לעבן; איינער וואס איז מקנא א צווייטן עסט זיך אויף לעבעדיגערהייט.


מאך זיך נישט נאריש, קלאפ זיך נישט אראפ, ביסט זייער טייער און זייער גוט, אין הימל ביסטו א חידוש שבחידושים. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לד) יעדער מענטש האט אין זיך א נקודה וואס א צווייטער האט נישט; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כא:) עס איז געווען א דאקטער וואס האט געהייסן אבא אומנא, ער פלעגט באקומען יעדן טאג א בת קול פון הימל: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ אַבָּא אוּמְנָא"; אביי פלעגט באקומען נאר איין מאל א וואך א גרוס פון הימל, יעדן ערב שבת פלעגט ער הערן א בת קול פון הימל: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ אַבַּיֵי"; רבא פלעגט באקומען דעם בת קול נאר איין מאל א יאר, יעדן ערב יום כיפור פלעגט ער הערן: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ רָבָא"; זאגט די גמרא אז אביי האט געהאט חלישות הדעת פארוואס ער באקומט נאר איינמאל א וואך א בת קול, און אבא אומנא באקומט יעדן טאג א בת קול, האט מען אים געענטפערט פון הימל: "לָא מָצִית לְמֶעֱבַד כְּעֻבְדָּא דְּאַבָּא אֻמָּנָא", דו קענסט נישט טון וואס אבא אומנא טוט; אזוי ווי דער תם פלעגט זאגן: "דאס איז יענעמ'ס מעשה, און דאס איז מיין מעשה".


אשרינו און פארט אשרינו!


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#24 - אפילו עס גייט אריבער שווערע טעג, בלייבט מען געטריי דעם אייבערשטן
כיבוד אב ואם, לימוד התורה, דאווענען, קשיות, מנין, תמימות

 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ז טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, וויליאמסבורג


שטארק זיך מיט לערנען יעדן טאג מקרא, משנה, גמרא, הלכה ועוד, אויך זאלסטו זיין שטארק מיט דאווענען די דריי תפילות שחרית, מנחה און מעריב מיט מנין, בתמימות ופשיטות. די גרעסטע זאך איז דינען דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות, בלייבן געטריי דעם אייבערשטן אן קיין קושיות און אן קיין תרעומות; מיט אמונה פשוטה, אפילו עס גייט אריבער שווערע טעג – בלייבט מען געטריי דעם אייבערשטן.


 


זיי מכבד דיין ווייב, אויך דיין שווער און שוויגער זאלסטו מכבד זיין; ווען דו גייסט צו זיי זאלסטו זיך באדאנקען נאכאמאל און נאכאמאל, און חס ושלום קיינמאל נישט טענה'ען.


 

#23 - אוועק ווארפן אלע חכמות, איז בעצם די גרעסטע חכמה
עצות, תמימות, חכמות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן, דער רבי לערנט אונז אזעלכע זיסע עצות און אזעלכע חיזוק ווי צו דינען דעם אייבערשטן בתמימות ובפשיטות, אוועק ווארפן אלע חכמות און דינען דעם אייבערשטן מיט א תמימות, וואס בעצם איז דאס די גרעסטע חכמה.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "וּבֶאֱמֶת, אַחַר כָּל הַחָכְמוֹת, צָרִיךְ לַעֲבֹד אֶת ה' בִּתְמִימוּת בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", נאך אלע חכמות דארף מען דינען דעם אייבערשטן ווי א פראסטאק, "וְזֶה הִיא הַחָכְמָה הַגְּדוֹלָה שֶׁבְּכָל הַחָכְמוֹת", וואס דאס איז די העכסטע און גרעסטע חכמה.


אשרינו מה טוב חלקינו, מיר דארפן טאנצן יעדן טאג, ווי גליקליך זענען מיר אז מיר האבן א רבי וואס לאזט אונז נישט פאראפאלן גיין, זארגט פאר אונז מיר זאלן נישט פארשלאפן אונזערע יארן.


א גרוס פון דיינע טייערע קינדער, זיי דינען דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות און מיט שמחה.

#22 - הויב אן נאכאמאל זיין ערליך, ביסט היינט ניי געבוירן
התחזקות, עבודת השם, התחדשות, סדר דרך הלימוד, יאוש, תמימות, שכחה

 


בעזרת ה' יתברך - היום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


הויב אן נאכאמאל זיין ערליך; אפילו דו האסט שוין אנגעהויבן אזויפיל מאל און עס האט זיך גארנישט אויסגעלאזט פון אלע פרישע התחלות - זאלסטו יעצט אנהויבן פון ניי; פארגעס וואס איז געווען, טראכט 'איך בין היינט ניי געבוירן.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, ביי מיר איז שכחה א גרויסע מעלה, ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, ווייל מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, און דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהויבן פון דאס ניי".


אז דו וועסט אננעמען דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות, דו וועסט פארגעסן וואס איז געווען, דו וועסט טראכטן: 'איך בין היינט ניי געבוירן' - וועסטו זייער מצליח זיין, דו וועסט ווערן א גרויסער צדיק.


נעם א חומש און הויב אן מעביר סדרה זיין פון היינט, ווארט נישט אויף סוף וואך, שטופ נישט אפ אויף מארגן; היינט הויב אן לערנען חומש, אויך זאלסטו היינט לערנען א פרק משניות און א בלאט גמרא. דער רבי זאגט, ווער עס לערנט יעדן טאג די לימודים - ווערט ביים סוף געזונט, מען ווערט ערליך און הייליג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#21 - א טעם גן עדן אין די זופ
סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, תמימות, תפילה, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ו' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


איך בעט דיר מיין ליבער טייערער ברודער, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, טראכט נישט קיין איין רגע פון אפלאזן די הייליגע ארבעט פון מחי' זיין אידישע קינדער; וואלסטו געוואוסט וויפיל ווארטן אויף די בריוו, גאנצע משפחות ווארטן ווען עס קומט שוין ארויס נאך א קונטרס עצתו אמונה, נאך א ספר עצתו אמונה, זייער גאנצע שבת איז אנגעהאנגען אין דעם - וואלסטו געטאנצט פאר שמחה פאר די גרויסע זכות וואס דו האסט.


עס גייט אריבער אויף יעדן איינעם וואס גייט אריבער, און נאר די בריוו איז זיי מחזק.


דא האסטו נאך א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה.


דער הייליגער צדיק רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו ווען ער איז געווען אויף דער עלטער איז אים שווער געוען צו עסן, מען האט אים געדארפט זייער שטארק בעטן ער זאל עפעס טועם זיין צו האבן כח ווייטער צו לעבן.


אמאל האט דער הייליגער צדיק געזאגט פאר זיין זון: "עס איז דא א זופ וואס איך האב יארן צוריק געגעסן, א גוטע זופ, א געשמאקע זופ; גיי צו דעם דארף, צו דעם קרעטשמע און בעט פון די פרוי זאל דיר געבן פון די גוטע זופ, 'טייגל יוהך זופ', ווייל נאר די איין זופ קען איך פארנעמען".


דער זון האט זיך זייער געוואונדערט, 'וואו קען זיין דער צדיק זאל געדענקען א זופ וואס ער האט געגעסן שוין לאנג צוריק אין א קרעטשמע, דער צדיק איז העכער פון געדענקען א טעם פון א זופ...' אבער אז דער צדיק זאגט - פאלגט מען; אזוי האט ער געטון, ער איז געגאנגען צו יענעם דארף, מען האט געבעטן די פרוי פון די קרעטשמע אויב זי קען צושטעלן א טייגל יוהך זופ.


נאכן קאכן די זופ האט מען איר געבעטן זי זאל אויסזאגן דער סוד ווי אזוי מען מאכט אזא גוטע זופ, האט די פרוי געזאגט: "איך בין ארעם, איך האב נישט וואס אריינצולייגן אין די זופ, איך שטעל א טאפ, איך לייג אריין וואסער און אביסל שאלאכץ פון מייערן, און איך זאג צום אייבערשטן 'גרויסער גאט, דו האסט אזוי סאך גן עדן אויבן אין הימל, איך בעט דיר, לייג אריין אין די טאפ אביסל טעם גן עדן', דאס איז דער סוד פון די גשמאקע זופ".


דעמאלט האט מען פארשטאנען וואס דער הייליגער צדיק האט געזאגט, אז ער דארף פון יענעם זופ, ער האט געוואלט לערנען זיינע קינדער זיי זאלן זען וואס פאסירט ווען מען רעדט צום אייבערשטן מיט תמימות; אפילו א פשוט'ע פרוי, אז זי בעט דעם אייבערשטן יעדע זאך - קען זי זוכה זיין צו שפירן א גן עדן לעבן.


טייערע קינדער, מיר גייען שוין פון היינט אן יעדע זאך בעטן דעם אייבערשטן.


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד ווי א פרוי שטייט אין א קאך ביים טאפ, אינעם טאפ איז דא וואסער, נעבן טאפ איז דא א זעקל מעל און די פרוי קוקט ארויף און בעט א תפילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - נישט האבן צוטון מיט לצים און מיט א חסיד שנפל
מוהרא"ש, גבאי, תמימות, ליצנות, חכמות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת קרח, ד' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


ווען איך דערמאן זיך פון ענק פון ארץ ישראל - הויב איך זיך אן בענקען; דער עיקר וואס איך בענק זיך צו ענק - איז צו די תמימות און צו די פרישקייט וואס איר האט, ווייל חכמות איז נישט אינטערעסאנט, מען האט גארנישט פון חכמות, עס נעמט אוועק די חן, מה שאין כן תמימות - דאס איז אינטערעסאנט, דאס ברענגט צו די העכסטע דרגא, עס ברענגט חן.


ביי אונז גייט די וואך די פרשה פון קרח. מוהרא"ש זאגט, די ווערטער פון רש"י הקדוש (במדבר טז, ז): "וקרח שפקח היה", קרח איז געווען א קלוגער, "מה ראה לשטות זה", וואס האט ער זיך אזוי באנארישט? - דארף מען זאגן בניחותא, נישט בלשון קשיא, "וקרח שפקח היה", ווייל קרח איז געווען א קלוגער "מה ראה לשטות זה" - דאס האט אים אריינגעווארפן אין דעם שטות; וואלט ער געדינט דעם אייבערשטן בתמימות - וואלט ער קיינמאל נישט געקריגט אויף משה רבינו, "וקרח שפקח היה" - דאס איז געווען דער בראך; דעריבער האט ער חוזק געמאכט פון האבן א מזוזה אויפן טיר און פון א פתיל תכלת, ער האט מיט זיינע חכמות נאר געוואלט שלימות; א בית מלא ספרים, א גאנצע שטוב מיט ספרים, א טלית שכולה תכלת; ביי אים איז נישט ווערד געווען א דאווענען מיט דריי עקן, ביי אים איז נישט אינטערעסאנט געווען זיך מחי' זיין מיט ציצית, מזוזה וכדומה, דאס האט אים געברענגט צו ווערן א מין, אן אפיקורס.


א שרעק פון א פרשה; ווי קען זיין אזא זאך? ווי קען מען קריגן אויף משה רבינו?! מיר לערנען נאר די פרשה פון יציאת מצרים, ווי די אידן זענען געווען אונטערטעניגט אונטער פרעה, די מכות, די שווערע גלות, און משה רבינו האט אונז ארויסגענומען און געגעבן אלעס גוטס; מן פון הימל, ענני הכבוד וואס וואשט די וועש און מאכט געשמאק די וועג אין מדבר, און מען שפירט דעם אייבערשטן, מען זעט יעדן טאג ניסים - ווי קען זיין אזא זאך צו קענען אויפהעצן אזויפיל רבנים און אזויפיל אידן קעגן דעם צדיק משה?!


נאר דער הייליגער רבי ברענגט פונעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לג): "שָׁמַעְתִּי בְּשֵׁם הַבַּעַל שֵׁם טוֹב", איך האב געהערט נאכזאגן פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, "שֶׁאָמַר", וואס האט געזאגט: אוֹי וַאֲבוֹי", גיוואלד און געשריגן! "כִּי הָעוֹלָם מָלֵא מְאוֹרוֹת", די וועלט איז פיל מיט ליכט, "וְסוֹדוֹת נִפְלָאִים וְנוֹרָאִים", און פיל מיט וואונדערליכע סודות, "וְהַיָּד הַקְּטַנָּה עוֹמֶדֶת בִּפְנֵי הָעֵינַיִם, וּמְעַכֶּבֶת מִלִּרְאוֹת אוֹרוֹת גְּדוֹלִים", און דער קליינער האנט פארשטעלט אלעס; זאגט מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, מען קען דאס פארשטיין און זען וואס פאסירט ווען איינער קומט צו א צדיק, ער ווערט מקורב צום רבי'ן און הערט הערליכע עצות ווי אזוי צו לעבן א חיים טובים, ווי זיך צו קענען דערהאלטן מיט זיך, מיט פרנסה, מיט די ווייב, מיט די קינדער און מיט אלעס, דער רבי מאכט ליכטיג, דער רבי האט אין יעדע פרט אין לעבן עצות און שכל וואס ארבעט מיט יעדן איינעם, ביז עס קומט א לץ און מיט די קליינע האנט מאכט ער א תנועה פון ביטול, און דאס פארשטעלט אלעס.


דער הייליגער בעל שם טוב געשריגן: "גיוואלד!" וואס טוט מען מיט דעם לץ וואס שפעט אפ פון בחורים און אינגעלייט וואס הויבן אן ארויסקריכן פון זייער נעפל, פון זייער תפיסה; ענדליך הויבט מען אן שפירן א טעם אין לעבן, ביז דער לץ פרעגט אזוי מסיח לפי תומו: "וואו דרייסטו זיך? וואו גייסטו?" און ווען ער הערט אז דער בחור, דער אינגערמאן האט געטראפן א צדיק, עס ווערט אים גוט אין לעבן - מאכט דער לץ מיט די האנט אזא תנועה פון ביטול און דאס פארשטעלט אלעס, מען הויבט אן טראכטן 'אפשר איז דער לץ גערעכט?' השם ישמרינו.


טייערע חברים, טייערע ברידער, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט נישט האבן מיט קיין לצים און מיט א חסיד שנפל - וואס איז - גרוע ממשומד, און באזונדער בעט איך די גבאים פון אלע בתי מדרשים, געבט אכטונג עס זאל נישט זיין ביי אונז קיין לצים; איין לץ, איין חכם - קען ענק אלע אומגליקליך מאכן. איך געדענק ווען איך בין מקורב געווארן - איז נאך געווען א שטארקע בושה צו רעדן פון מוהרא"ש, אפילו אין אונזער שטובל (אין אנהויב האבן מיר געהאט א קליין שטיבל, א ד' על ד') - האט מען נישט געזאגט 'מוהרא"ש זאגט', 'מוהרא"ש דערציילט', מען האט גערעדט מיט רמזים, 'ער זאגט' און 'ער דערציילט'; עס האט מיר גענומען צייט צו כאפן ווער איז דער 'ער', און עס פלעגן זיך דרייען לצים; זיי האבן דאס אוועקגעמאכט און יענץ אוועק געמאכט, זאגן משניות איז נישט דעם רבינ'ס זאך, זיך פרייען מיט פשטות יהודות איז נישט אזוי פשוט, לעבן אין שטוב מיט די ווייב איז גאר קעגן די ברסלב'ער וועג לויט זייער פארדרייטע קאפ וכו' וכו', ביז איך האב געבעטן רשות פונעם גבאי (דעמאלט בין איך געווען א פרישער מקורב, נאך איידער די ישיבה האט זיך געעפנט) אז איך וויל לייגן א טאוול "בית המדרש היכל הקודש בנשיאות מוהרא"ש", און וואונדער איבער וואונדער, אלע פליגן און אלע בינען - זענען פלוצלונג אוועק, עס זענען געבליבן נאר אפאר בחורים און אינגעלייט תמימים; דעמאלט האב איך געזען אז דאס ווארט "מוהרא"ש" - האט עפעס א שטארקע כח, א הייליגקייט, עס פארטרייבט לצים, און פון דעמאלט האט מען אנגעהויבן רעדן ווי מער פון מוהרא"ש, און אזוי האבן מיר זוכה געווען צו גיין בתמימות און פאלגן די זיסע עצות.


דעריבער בעט איך ענק, איר זענט פריש, איר הויבט יעצט אן זיך אוועק צו שטעלן, זאלט איר וויסן, עס איז נישטא א גרעסערע טומאה פון ליצנות, רבי נתן זאגט אז ליצנות איז אבי אבות הטומאה; עס נישטא נאך אזא טומאה וואס פארשטעלט גילוי אלוקית פונעם מענטש - ווי די טומאה פון ליצנות, אזוי ווי מען זעט אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו:): "הַבָּא לִיטַּמֵא פּוֹתְחִין לוֹ", איינער וויל אוועק גיין פונעם אייבערשטן, העלפט מען פון הימל ער זאל אוועק גיין, "שֶׁנֶּאֱמַר (משלי ג, לד): 'אִם לַלֵּצִים הוּא יָלִיץ'", זאגט רבי נתן, וואס האט מען אנגעכאפט דוקא דעם פסוק? ווייל אז א מענטש וויל טון עבירות, ברענגט מען אים א לץ, ער לאכט אפ פון אלעס וואס צדיקים זאגן און אזוי פאלט ער ממילא אראפ רחמנא לצלן.


רבי נתן פלעגט שטענדיג אנזאגן זיינע תלמידים זיי זאלן אכטונג געבן פון לצים, ער פלעגט זאגן בזה הלשון: "די אלע וואס האבן גערעדט, האבן זיך נישט דערהאלטן, און די וואס האבן גע'טענה'ט און זיך מתווכח געווען - זענען ליידער אוועק געפאלן", דערפאר זאלסטו זייער אכטונג געבן נישט צו האבן צוטון מיט לצים, אפילו זיי זעען אויס ווי חסידי'שע אינגעלייט; ברודער, אנטלויף פון זיי ווי פון פייער, ווייל דו וועסט נאכדעם אוועק פאלן אינגאנצן פון אידישקייט.


אזוי אויך געפונען מיר, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קיב:) רבינו הקדוש האט אנגעזאגט זיינע קינדער: "אַל תָּדוּרוּ בִּשְׁכֶנְצִיב", איר זאלט נישט וואוינען אין די שטאט שכנציב, ווייל זיי זענען זייער גרויסע לצים, און איר וועט ווערן נאכגעשלעפט נאך זיי; זעט מען פון דעם ווי הארב ליצנות איז, און ווי ווייט א מענטש דארף אכטונג געבן וואו ער וואוינט, און מיט וועם ער חבר'ט זיך וכו' וכו'.


איך ווארט אייך שוין צו טרעפן אלע אין אומאן ביים הייליגן רבינ'ס ראש השנה.


א פרייליכן שבת.

#19 - ווער עס שטעלט אפ א שידוך, איז א באנדיט
שידוכים, תמימות, גראפאלאגיע, חכמות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


מיין מאמע דערציילט מיר יעצט אז מען רעדט צו אייך נאכאמאל די שידוך פון ... נרו יאיר, און איר צווייפלט דאס צו טון ווייל א באבא פון ירושלים האט געזאגט אז די נעמען שטימען נישט, און א צווייטער פאפער האט געזאגט אז ער זעט אויפן שריפט אז ער איז א כעסן און איר ווילט וויסן וואס איר זאלט טון.


איך האב אייך שוין געזאגט א יאר צוריק, דער וואס שטעלט אפ א שידוך צוליב דעם אז די נעמען שטימען נישט, אדער צוליב דעם אז די שריפט, גראפאלאגיע, זאגט - אז דער וואס האט געשריבן די כתב האט מידות רעות וכו' וכו'; אזא איינער איז א באנדיט, א פארברעכער; זאל מען רופן 'נקיי הדעת שבירושלים', זאל מען באטיטלען מיטן טיטל 'בקי בחכמת היד והפרצוף'; אזא איינער איז א ליגנער, א שווינדלער.


איך זאג אייך איר זאלט טון דעם שידוך, איר זאלט טון וואס די תורה זאגט, בפרט אז ערליכע רבנים, ווי דער ראש ישיבה הרב ... וואס איז א גאון וצדיק - זאגט עדות אויף דעם אינגערמאן אז ער איז א טייערער אינגערמאן - זאלט איר לויפן טון דעם שידוך.


וואויל איז פאר די וואס גייען צו ערליכע אידן, וואס פירן זיך מיט די תורה; מיט'ן פסוק (דברים יח, יג): "תָּמִים תִּהְיֶה עִם ה' אֱלֹקֶיךָ", און וויי און ביטער איז פאר די וואס ווערן פארכאפט ביי די שווינדלער, אין זייער נעץ פון גראפאלאגיע אדער חכמת הקבלה (קבלת כסף) - וואס מאכן משוגע זייערע מענטשן מיט ליינען נעמען, הענט, שטערן וכו' וכו'.


איך חזר איבער נאכאמאל וואס איך האב מקבל געווען פון מיין גרויסער רבי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו: "ווער עס שטעלט אפ א שידוך - איז א באנדיט, און די וואס זאגן אז די נעמען שטימען נישט, אדער זיי ליינען די שריפט און הענט און שטעלן אפ שידוכים - זענען גרויסע פארברעכער, און זיכער דער וואס מאכט גט'ן ביי אידישע קינדער - דער איז דער שטן אליין".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - זייער אכטונג געבן מיר זאלן נישט רעדן און קריגן אויף צדיקים
חברים, צדיקים, תמימות, התנגדות, דף גמרא, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך האבן מיר די פרשה פון קרח; עס כאפט א פחד, א שרעק - ווען מען איז מעביר סדרה, מען לערנט חומש רש"י; וואס גייט פאר? אויף וועם רעדט מען? אויף וועם קריגט מען? און ווער זענען די וואס קריגן? גרויסע מענטשן! גרויסע רבנים! וואס טוט זיך דא?!


מיר דארפן אבער אכטונג געבן מיר זאלן נישט רעדן און קריגן אויף צדיקים. איך בעט דיר זייער, ווער נישט נאכגעשלעפט מיט קרח, קריג נישט אויף צדיקים, רעד נישט אויף קיין צדיקים, און זיכער נישט אויף צדיקים וואס זענען זיך מוסר נפש צו פארשפרייטן די אמונה אויף די וועלט און אריינברענגען קדושה וטהרה אין אידישע קינדער.


לצים זענען דא איבעראל, לצים איז נישט קיין נייע זאך; דו זוך אויף צווישן אנשי שלומינו די אינגעלייט וואס האבן אין זיך תמימות, און דיין ווייב זאל אויפזוכן צווישן די פרויען די פרויען וואס לעבן מיט תמימות; ביי זיי איז א ווארט פון רבי'ן - א ווארט, זיי גייען מיט תמימות נאך די וועג פון צדיקים, און מיט זיי זאל זי זיך באפריינדן.


כאפ אריין א בלאט גמרא, זאג די ווערטער אפילו בלי הבנה; דאס וועט דיר בלייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - מיט חכמות און ליצנות פארלירט מען אלעס
צדקה, דאווענען, מנין, תמימות, תפילה, ליצנות, חכמות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס איז דא איין זאך ביי דיר וואס איך האב זייער ליב, פון ווען איך האב דיר געפינען, פון ווען דו האסט געלערנט ביי מיר - האב איך זייער ליב דיין תמימות, דאס איז ביים רבי'ן א גרויסע זאך, ווייל נאר מיט תמימות קען מען זוכה זיין צו ווערן א צדיק, און פארקערט, מיט חכמות און ליצנות פארלירט מען אלעס.


ברודער, גיי אן מיט דיין עבודת ה', גיי אן מיט דיין תמימות ופשיטות. זיי שטארק אין דאווענען די דריי תפילות מיט מנין און מיט א סידור. ביים דאווענען זאלסטו נישט שמועסן מיט קיינעם און נישט האבן דעם טעלעפאן מיט דיר, ביים דאווענען זאלסטו זיך צודעקן מיטן טלית און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, בעט אויך פאר דיינע דורות.


אויך זאלסטו יעדן טאג לייגן אפאר פרוטות אין צדקה פושקע, און ביים לייגן צדקה זאלסטו מתפלל זיין. בעט פאר דיר, פאר דיין ווייב און קינדער, אלע זאלן בלייבן געטריי דעם אייבערשטן און די תורה.

#16 - זיך חבר'ן מיט אנשי שלומינו וואס זענען נישט קיין לצים
תפילות אויף אידיש, חברים, חסידות ברסלב, תמימות, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געב זיך אכטונג פון לצים וואס שפעטן און מאכן חוזק פון צדיקים, נישטא נאך אזא שעדליכע זאך ווי חברים - לצים. שלמה המלך זאגט (משלי יז, יב): "פָּגוֹשׁ דֹּב שַׁכּוּל בְּאִישׁ", עס איז בעסער זיך צו באגעגענען מיט א פארציקענדער בער, "וְאַל כְּסִיל, בְּאִוַּלְתּוֹ", ווי צו באגעגענען א נאר, א לץ, וואס שפעט און מאכט חוזק; ווייל ליצנות איז אבי אבות הטומאה, נישטא נאך אזא טומאה וואס פארשטעלט דעם אייבערשטן - ווי די טומאה פון ליצנות.


היט זיך פון לצים און בפרט פון לצים וואס פאררופן זיך 'ברסלב'ער חסידים וכו'. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא לח:): "הַבָּא לְטַמֵּא פּוֹתְחִין לוֹ", ווער עס וויל אוועק גיין פונעם אייבערשטן - העלפט מען אים צו פון הימל ער זאל אוועק גיין, אזוי ווי עס שטייט (משלי ג, לד): "אִם לַלֵּצִים הוּא יָלִיץ"; זאגט דער הייליגער רבי נתן, פארוואס האט מען אנגעכאפט דוקא דעם פסוק "אִם לַלֵּצִים הוּא יָלִיץ"? זאגט דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה, אז א מענטש וויל זיך מטמא זיין ברענגט מען אים א לץ, וואס יענער לאכט אפ פון אלעס וואס צדיקים זאגן, אזוי פאלט ער ממילא אראפ רחמנא לצלן.


בעט דעם אייבערשטן: "רבון העולמים איך וויל אויך זיין א תמים, זיך פירן מיט תמימות, נישט האבן צוטון מיט קיין ליצנות", און זוך דיר אויף צווישן אנשי שלומינו גוטע חברים וואס זענען נישט קיין לצים, און מיט זיי זאלסטו זיך חבר'ן.


דעם שבת וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - פון אזא רבי וועל איך קיינמאל נישט אוועק גיין
תפילה והתבודדות, שמחה, חינוך הילדים, צדיקים, חסידות ברסלב, אומאן, ראש השנה, פרנסה, נעגל וואסער, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, קשיות, יום טוב, ארץ ישראל, תמימות, געלט, שבועות, תיקון ליל שבועות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת במדבר-מברכין החודש, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך בין יעצט געווען אין ארץ ישראל און שוין בענק איך זיך צוריק צו גיין צו ענק. איך וואלט געבליבן מיט ענק פאר נאך לענגער, איך האב אייך זייער ליב. איך בין אהיים געפארן פאר איין סיבה, איך האב א שטוב מיט קליינע קינדער, זיי דארפן מיך אין שטוב, איך ליין מיט זיי קריאת שמע יעדע נאכט, איך לייג זיי שלאפן, און אינדערפרי גיס איך זיי אפ נעגל וואסער (איך האב א קליינע דירה, מען שלאפט איינער נעבן צווייטן, עס איז נישטא קיין פלאץ פאר יעדע קינד צו לייגן נעגל וואסער. איך וועק זיי און גיס זיי אפ נעגל וואסער); נאר צוליב דעם בין איך אהיים געקומען, אז נישט - וואלט איך געבליבן מיט אייך. אנשי שלומינו פון ארץ ישראל זענען אן ענין אחר לגמרי; דאס תמימות, דאס בענקען צום אייבערשטן, דאס איז עפעס א ווילד חידוש, איך בין אייך זייער מקנא.


שטארקט אייך, און מאכט א חשבון יעדן טאג וואס מיר האבן אלץ באקומען פון הייליגן רבי'ן. עס איז דא אסאך בלבולים, אסאך ליצנות, אסאך קשיות אויפן צדיק. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב): "מַה שֶּׁקָּשֶׁה קֻשְׁיוֹת עַל הַצַּדִּיקִים", דאס וואס עס איז דא קשיות אויף צדיקים, "זֶהוּ מֻכְרָח לִהְיוֹת", אזוי מוז זיין, "כִּי הַצַּדִּיקִים מִתְדַּמִּים לְיוֹצְרָם כַּמּוּבָא", ווייל די צדיקים זענען צוגעגליכנט צום אייבערשטן, "וּכְמוֹ שֶׁקָּשֶׁה קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", און אזוי ווי מענטשן האבן קשיות אויפן באשעפער, 'פארוואס גייט מיר נישט? פארוואס מוטשע איך זיך?' "כְּמוֹ כֵן בְּהֶכְרֵחַ שֶׁיִּהְיֶה קָשֶׁה קֻשְׁיוֹת עַל הַצַּדִּיק, כִּי הוּא מִתְדַּמֶּה אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", אזוי אויך איז דא קשיות אויפן אייבערשטן; וואויל איז דעם וואס קומט אלעס איבער.


נישט מען זאל מיינען אז עס איז דא אן ענין פון האבן קשיות, באלד וועט נאך איינער זאגן 'קוק עס שטייט אין לקוטי מוהר"ן, זה מוכרח להיות, עס מוז זיין'; ניין, חס ושלום; וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין קשיות און האט נישט קיין טענות, ער ווייסט און גלייבט אז מיר קענען נישט פארשטיין דעם אייבערשטן און מיר ווייסן אז אלעס וואס ער טוט - איז גוט.


ווער עס איז זיך מתבודד און שמועסט אויס מיטן אייבערשטן ווי אזוי ער האט אויסגעזען, און ווי אזוי ער זעט נאך אלץ אויס, און וואס דער רבי האט געטון מיט אים, און וואס דער רבי טוט מיט אים יעדן טאג - דער האט כח איבער צו קומען אלע קשיות און בלבולים, אים קומט אויס קלאר טאג נאך טאג: 'פון אזא רבי וועל איך קיינמאל נישט אוועק גיין, אפילו ער וועט מיך שמייסן מיטן דראנג'.


אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט פארן רב, רבי אהרן, ווען ער איז געקומען צום רבי'ן דעם לעצטן ראש השנה פון רבי'ן - שנת תקע"א - פרעגן וואס ער זאל טון וועגן זיין אין אומאן אויף ראש השנה, ער האט געזאגט פארן רבי'ן אז די ראשי קהילה זאגן אים אז ער קען נישט אוועקפארן, ער טאר זיי נישט איבערלאזן וכו', און אויב ער וועט אוועק פארן אויף ראש השנה - וועט ער פארלירן זיין פרנסה וכו'. האט אים דער רבי געזאגט ער זאל נישט קומען, און אזוי האט ער געטון, ער איז נישט געקומען. ווען רבי נתן האט געהערט דערפון, אז ער איז נישט געקומען ווייל דער רבי האט אים געזאגט: "קום נישט", האט ער אים געזאגט: "אפילו דער רבי זאל נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך אוועק טרייבן - וואלט איך אויך נישט אוועק געגאנגען".


אזוי אויך גייט די מעשה, דער רבי האט געהאט א תלמיד ר' ליפא, א גרויסער סוחר. אמאל איז ער געפארן צום יריד מאכן געשעפטן, ער האט געטראכט אז ער וועט קודם גיין צום רבי'ן נעמען א ברכה. ביי שלש סעודות האט ער געווארט אז דער רבי זאל שוין ענדיגן די תורה, ער זאל קענען פארן צום יריד פארדינען געלט. דער הייליגער רבי האט דאך אלעס געזען, האט ער מרמז געווען ביי די תורה וואס שטייט אין זוהר (תיקוני זוהר תיקון ג' מהתיקונים האחרונים): "חֲיֵיכִת בְּהוֹן בְּעוּתְרָא בְּהַאי עָלְמָא, וּלְּבָתַר, קְטִילַת בְּהוֹן", געלט לאכט צום מענטש אין די יונגע יארן, און שפעטער הרג'עט עס דעם מענטש; דער רבי האט געוואלט מיט דעם מרמז זיין פאר ר' ליפא אז נישט אלעס איז געלט וכו'. ר' ליפא האט זיך באליידיגט פון דעם, ער איז אוועק געגאנגען פון רבי'ן און מער נישט געקומען.


יארן שפעטער האט אים רבי נתן געטראפן, ער האט אים געפרעגט: "ליפא, וואו ביסטו אנטלאפן, פארוואס ביסטו אוועק פון הייליגן רבי'ן? עמנו הייתם?!" האט אים ר' ליפא געזאגט: "דער רבי האט מיך פארשעמט", מיינענדיג די תורה וואס דער רבי האט דעמאלט געזאגט און אים מרמז געווען אין די תורה, זאגט אים רבי נתן: "ליפא! פון אזא רבי גייט מען אוועק?! זאל דער רבי נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך שלאגן - וועל איך אויך נישט אוועק גיין", ווייל ווען מען מאכט זיך א חשבון, מען איז זיך מתבודד - קומט אויס אז 'פון אזא רבי וועל איך קיינמאל נישט אוועק גיין, אפילו ער וועט מיך שמייסן מיטן דראנג'.


די וואך קומט דער הייליגער יום טוב שבועות. געבט אכטונג נישט ארייננעמען דעם יום טוב מיט נערווען, און נארישקייטן; דער עיקר איז ארייננעמען יום טוב מיט שמחה. גארנישט דארף זיין, נאר איין זאך, מען דארף זיין פרייליך און איבערגעגעבן צום אייבערשטן. אז איר וועט קענען אויפזיין שבועות ביינאכט - איז זייער גוט, מען קען זוכה זיין צו גרויסע זאכן. מוהרא"ש זאגט, דער עיקר תיקון איז זאגן דעם ערשטן פסוק פון יעדע פרשה און דעם לעצטן פסוק, סיי פון תורה און פון נביאים וכתובים, און אויך די תרי"ג מצוות.


ביי אונז נאכן זאגן דעם תיקון - טאנצן מיר; מיר פרייען זיך אז מיר זענען אידן און מיר ווייסן פון די הייליגע צדיקים. מיר טאנצן ביז פארן עלות השחר, מען גייט און מקוה און מען איז זייער פרייליך.


א פרייליכן שבת און א פרייליכן יום טוב.