בעזרת ה' יתברך
יום ד' פ' יתרו, י"ז שבט, יומא דהילולא של מוהרא"ש זצוק"ל שנת תשע"ט לפ"ק
מרת ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן אייער פראגע.
וויסן זאלט איר אז דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדּם וְיִשְׁתֹּק", ווען א מענטש האט א בזיון און שווייגט אפ, דאס איז א סימן אז דער מענטש האלט ביי תשובה; בעיקר דארף מען דאס געדענקען ווען מען האט בזיונות פון זיך אליינס, אפצושווייגן דערויף. דאס מיינט אז מען זאל נישט צוריקוקן און צוריק טראכטן וואס איז געווען, נאר ווייטער אנגיין און דינען דעם אייבערשטן; ווען מען קוקט צוריק ווערט מען ביטער ווי א שטיק זאלץ - אזוי ווי לוט'ס ווייב - מען דארף קוקן נאר אויף פאראויס.
דאס וואס איר פרעגט אויב אמונה איז דער ענטפער; יא, זיכער איז אמונה דער ענטפער, ווייל ווי מער מען נעמט אריין אין זיך דעם אייבערשטן אלץ מער איז מען נישט פארנומען מיטן 'זיך' - טראכטנדיג שטענדיג די שווערע מחשבות: 'איך בין יא?' 'איך בין נישט?' 'איך טויג יא?' 'איך טויג נישט?' 'פאסט מיר צו מאכן א דורכפאל?' וכו' וכו', דאס אלעס פאלט אוועק מיט א שטארקע אמונה, ווייל ווען מען שטייט פאר'ן אייבערשטן איז נישט שייך דער גאנצער ווארט: "איך".
שטארקט אייך מרת ... תחי', איך האב אייך שטענדיג אינזין לטובה; גייט ווייטער אן מיט אייער עבודת הקודש, סיי מיט אייער חינוך הבנים והבנות און סיי מיט'ן העלפן אידישע קינדער. היינט איז אזוי גרינג צו העלפן אידישע קינדער, מען קען זיצן אין א ווארעמע שטוב מיט א ווארעמע גלעזעל טיי און מחזק זיין אידן אין די טויזנטער מיטן ארויס שיקן חיזוק - בריוו, דרשות וכו' וכו'.
דעם פארגאנגענעם פרייטאג איז אריין געקומען א איד אין ישיבה, א ספרד'ישער איד פון ארץ ישראל און ער האט ממש געשריגן פאר שמחה, ער האט געפרעגט: "דא איז די פלאץ וואו מען געבט די שיעורים וואס האט געטוישט מיין לעבן?" ער האט געשריגן פון גרויס איבעראשונג. ער האט דערציילט אז ער וואוינט אין בני ברק און ער הערט יעדן אינדערפרי די שיעורים המתורגמים אויף לשון הקודש, "דאס האלט מיר ביים לעבן!" האט ער געזאגט מיט א פלאם פייער, אזוי אויך האט ער געזאגט אז ער אליינס ווייסט פון הונדערטער אידן וואס דאס איז זייער לעבן.
א שאד מען האט דאס נישט אפגעכאפט דאס צו קענען ווייזן פאר אייך און פאר די אלע וואס זענען עוסק אין די חיזוק יומי המתורגם; אמאל האט מען זיך געדארפט שלעפן אין די קעלט און אין די היצן צו קענען א טובה טון פאר א אידן, היינט קען מען זיצן אין שטוב ווינטער מיט א ווארעמע טיי און זומער מיט א קאלטע טרינק און מחי' זיין די גאנצע וועלט.
שטארקט אייך און שטארקט אלע וואס זענען עוסק און נעמען א טייל אין די "חיזוק יומי המתורגם" פראיעקט, אז זיי זאלן ווייטער ממשיך זיין ביתר שאת וביתר עוז און קיינמאל נישט ווערן קיין שמח בחלקו. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, א): "אֵיזֶהוּ עָשִׁיר? הַשָּׂמֵחַ בְּחֶלְקוֹ", ווער איז אן עושר? דער וואס איז צופרידן מיט וואס ער האט; זאגן צדיקים אז דאס איז נאר בגשמיות. ווען עס קומט צו קוקן אויף די דירה וואו מען וואוינט, די קאר וואס מען האט, אדער וויפיל געלט מען האט אין באנק, דארט דארף מען זיין א "שָּׂמֵחַ בְּחֶלְקוֹ", צופרידן מיט וואס דער אייבערשטער געבט, אבער ווען עס קומט צו רוחניות - צו העלפן אידישע קינדער טאר מען נישט זיין צופרידן מיט וויפיל מען טוט, נאר מען דארף שטענדיג טראכטן: 'וואס נאך קען איך טון צו העלפן נאך א איד?'
איך פריי מיר יעדעס מאל איר שרייבט מיר .