בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, קרית ברסלב
היינטיגע טעג איז דא א נייע טומאה, א נייע צרה, די טומאה פון אויסהערן פאדקעסטס, דאס זענען דרשות של דופי פון מענטשן וואס לאכן אפ פון מנהגי ישראל און לאכן פון צדיקים, און דער רבי האט אונז מגלה געווען (שיחות הר"ן, סימן לח), ווער עס לאכט פון צדיקים האט באהאלטן אין זיין הארץ אן אנדערע כוונה, ער וויל בעצם שפעטן פונעם אייבערשטן רחמנא לצלן, דאס איז די טייטש פונעם פסוק (תהלים עג, ט): "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם" באמת וואלטן זיי געוואלט רעדן אויף דער וואס איז אין הימל, זיי דערוואגן זיך נישט צו רעדן אויפן אייבערשטן, זיי האבן מורא אז מען וועט זיי אוועק ווארפן, "וּלְשׁוֹנָם תִּהֲלַךְ בָּאָרֶץ", רעדן זיי אויף די צדיקים וואס געפינען זיך דא אויף דער ערד, מען לאכט פון רבנים און פון מנהגי ישראל.
על כן ליבער ברודער, ווען דער בעל קורא גרייט זיך צו ליינען די פרשה פון טהרתן של ישראל זאלסטו זיך איינוויקלען אונטער דיין טלית און בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיך, ראטעווע מיך, איך בין אריינגעפאלן אין די קליפה פון אויסהערן דברי ליצנות, איך האב זיך צוגעוואוינט אויסצוהערן פאדקעסטס, דרשות של דופי, און דאס קילט אפ מיין אמונה, עס קילט אפ מיין יראת שמים, עס קילט מיך אפ פון יעדע דבר שבקדושה, הייליגער באשעפער יעצט ווען מען גייט ליינען די פרשה פון טהרתן של ישראל בעט איך דיר מאך מיך ריין, שיק מיר א רוח טהרה ממרום, איך זאל אוועק ווארפן די שמוציגע זאכן, איך זאל נאר אויסהערן וואס ערליכע רבנים זאגן, איך זאל נישט קוקן קליפס, ווידיאוס, פאדקעסטס, מאוויס, איך וויל האבן יראת שמים, איך וויל האבן שמירת עיניים, איך וויל זיין אן ערליכער איד וואס פירט זיך בתמימות ופשיטות".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.