בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#13 - געב אכטונג וואס דו קוקסט
אמונה, מאוויס, שמירת עינים, פאדקעסט

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בא, ג' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קוק נישט קיין מאוויס, קוק נישט מער קיין סטעטוס, פארברען זיך נישט די נשמה, פארברען זיך נישט דיינע אויגן מיט דיין מח. האלט נישט אין אפיס כלים וואס זענען שעדליך, וואס מען קען זען עבירות, ניאוף, רחמנא לצלן; מען פארלירט אלעס, מען ווערט אויסגעריסן פון די וועלט, מען פארלירט די וועלט און יענע וועלט, מען פארלירט די ווייב, די קינדער, מען ווערט פארשעמט פאר אלעמען.


א מענטש מיינט אז ער זיצט שטילערהייט אין זיין קאר, אין זיין אפיס, אין זיין דירה'לע - און קוקט עבירות און קיינער זעט נישט און קיינער וועט נישט וויסן פון דעם; אוי וויי, אוי וויי, מען מיינט אז מען קען זיך באהאלטן, אבער דער אייבערשטער זאגט (ירמיה כג, כד): "אִם יִסָּתֵר אִישׁ בַּמִּסְתָּרִים", א מענטש מיינט ער קען זיך באהאלטן פון מיר, "וַאֲנִי לֹא אֶרְאֶנּוּ, נְאֻם ה'", און איך וועל אים נישט זען; איך וועל פארציילן פאר אלעמען ווער דער מענטש איז.


הלוואי וועסטו אויסהערן די רבנים און די דיינים וואס וויינען און שרייען אז מען זאל נישט האבן שייכות מיט די זאכן וואס זענען מטמא במגע ובמשא ובאוהל, פון קוקן ניאוף פארלירט מען אלעס; די ווייב, די קינדער און די געלט, מען בלייבט אן קיין פרוטה, מען האט טענות אויפן אייבערשטן אז דער אייבערשטער געבט נישט קיין פרנסה, ווען דער מענטש אליינס ווארפט אוועק די שפע, דער מענטש לייגט די שפע ביי די קליפות השם ישמרינו; אוי ווי ביטער עס איז אז מען קוקט ניאוף, אוי ווי שלעכט עס ווערט די לעבן אז מען קוקט ניאוף.


אפגערעדט פון קוקן פאדקעסט, דאס איז דאך ערגער פון דאס ערגסטע; איך בעט דיר, פון דעם זאלסטו זיך זייער היטן, דאס איז אזוי שעדליך, מען ווייסט גארנישט ווי שעדליך דאס איז; עס רייסט אויס דאס ביסל תמימות וואס מען האט אין זיך, מען פארלירט די אמונה, מען ווערט אויסגעריסן פון די וועלט.


שבת פרשת שמות האבן מיר פארגעלערנט אין ישיבה ביי שלש סעודות שיחות הר"ן סימן לב, מורא'דיגע ווערטער פון רבי'ן, עס איז כדאי דו זאלסט לערנען די שיחה. דער רבי רעדט פון זיך היטן פון חקירות, דער רבי זאגט: "וְדַע, כִּי יֵשׁ עֲבֵרוֹת שֶׁהֵם מַכְנִיסִים כְּפִירוֹת בְּאָדָם", עס איז דא עבירות וואס ברענגען אריין אינעם מענטש כפירות ואפיקורסות, (מוהרא"ש זאגט אז דאס איז די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן), "וְיֵשׁ שֶׁבָּאִים עֲלֵיהֶם מַחֲשָׁבוֹת עַל הָאֱמוּנָה מֵחֲמַת שֶׁלֹּא נוֹלְדוּ בִּקְדֻשָּׁה כָּרָאוּי", אויך איז דא וואס האבן קשיות אויף די אמונה ווייל זיי זענען געבוירן געווארן שלא בקדושה, (אן היטן הלכות), "וְיֵשׁ שֶׁהוֹסִיפוּ עַל זֶה מַעֲשֵׂיהֶם הָרָעִים שֶׁעָשׂוּ בְּעַצְמָם, כִּי יֵשׁ עֲבֵרוֹת שֶׁהֵם מַזִּיקִים וּפוֹגְמִים אֶת הָאֱמוּנָה כַּנַּ"ל", און אויך איז דא וואס זיי זענען געבוירן נישט בקדושה און זיי אליינס האבן פארמערט צו טון עבירות, אזוי ווי פריער אויסגעשמועסט; איז וואס איז די עצה? וואס טוט מען דא? זאגט דער רבי: "וְלָזֶה צְרִיכִין בּוּשָׁה וְלֵב נִשְׁבָּר", מען דארף זיך שעמען פונעם אייבערשטן און האבן א צעבראכענע הארץ, "שֶׁמִּי שֶׁיֵּשׁ לוֹ חֲקִירוֹת וּמַחֲשָׁבוֹת אֵלּוּ חַס וְשָׁלוֹם", ווייל ווער עס האט מחשבות פון חקירות און מחשבות קעגן די אמונה – "רָאוּי לוֹ לְהִתְבַּיֵּשׁ מְאֹד", דארף זיך זייער שעמען, "עַל אֲשֶׁר נוֹלַד בְּגַשְׁמִיּוּת כָּזֶה, אוֹ שֶׁעָשָׂה מַעֲשִׂים כָּאֵלּוּ שֶׁבָּא לָזֶה שֶׁיָּבוֹאוּ לוֹ מַחֲשָׁבוֹת כְּנֶגֶד אֱמוּנָתֵנוּ הַקְּדוֹשָׁה", אז ער זעט אזוי אויס, אז ער איז אנגעקומען צו אזא מצב פון האבן חקירות מיט ספיקות רחמנא לצלן, "וּכְבוֹד ה' מָלֵא אֶת כָּל הָאָרֶץ", דער אייבערשטער איז דאך אין די גאנצע וועלט, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (ישעי' ו, ג): "'מְלֹא כָּל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ', וְעָלָיו בָּאִים מַחֲשָׁבוֹת חַס וְשָׁלוֹם לְגָרְשׁוֹ וּלְעָקְרוֹ חַס וְשָׁלוֹם", און צו מיר קומען אזעלכע מחשבות וואס ווילן מיך אויסרייסן חס ושלום - "מֵאֱלֹקִים חַיִּים אֲשֶׁר הוּא חֵי הַחַיִּים יִתְבָּרַךְ וְיִתְעַלֶּה שְׁמוֹ", פונעם הייליגן באשעפער; ווען מיר האבן דאס געלערנט האבן מיר אלע געהאט טרערן אין די אויגן, אלע זענען זייער נתעורר געווארן לתשובה אפצולאזן די אלע פאדקעסטס וואס מאכן פארגעסן פונעם אייבערשטן, אפלאזן אלע נארישקייטן, און זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - אויפגעהערט אויסצוהערן פאדקעסטס און דאס גלייכן
תמימות, פאדקעסט

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שמות, י"ט טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, בארא פארק


האסט מיך זייער דערפרייט אז דו האסט אויפגעהערט אויסהערן "פאדקעסטס" וכו', דו האסט אליינס געזען די שעדליכקייט ווי מען ווערט אפגעקילט, מען פארלירט די תמימות; עס איז טאקע אזוי, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן פא): "בְּנֵי אָדָם הֵם מוֹנְעִים גְּדוֹלִים מְאֹד", מענטשן זענען די גרעסטע שטער צו דינען דעם אייבערשטן, ווייל דער מענטש אליינס האט טאקע זיינע אייגענע בלבולים, מניעות און מחשבות וואס קען אים זיין א שטער, אבער פארט ציט דער מענטש שטענדיג צוריק צום אייבערשטן, און אפילו מען פאלט אראפ אין אן עבירה רחמנא לצלן האט מען נאכדעם חרטה און מען ציט זיך צוריק צום אמת, אבער אז מען האט שלעכטע חברים, און אז מען הערט פאדקעסטס פון לצים, פון מענטשן וואס האלטן זיך פאר חכמים – "זֹאת הַמְּנִיעָה וְהַבִּלְבּוּל הוּא גָּרוּעַ מֵהַכֹּל", דאס איז ערגער פון אלעס, "כִּי כָּל דְּרָכָיו נַעֲשִׂין לוֹ מִישׁוֹר", עס ווערט אים אלעס ווי א גלייכע גוטע וועג חס ושלום; קוק נאך די גאנצע שיחה דארט.


הכלל, די לעצטע נסיון פון הערן פאדקעסט, טאלק-שאו, און אינטערוויוס פון מענטשן וואס אין שול וואלט מען זיי נישט אויסגעהערט, און ווען מען טרעפט זיי וואלט מען זיך געשעמט צו שטיין נעבן זיי, און אויפן טעלעפאן זיצט מען טעג און נעכט זיי אויסצוהערן; דאס איז אזוי געפערליך, עס נעמט אוועק דעם מענטש פון אמונה, פון קדושה, פון יראת שמים, ובעיקר פון צדיק אמת, פון הייליגן רבי'ן; מען פארלירט אלעס.


זייער גוט אז דו האסט דאס אפגעלאזט, און הלוואי זאלסטו רעדן צו אלע חברים, זיי איבערצייגן אז דאס איז ערגער פון אלעם.


כאפ זיך צוריק אין גורס זיין משניות און גמרא, און זיי שטארק אין דאווענען שחרית, מנחה און מעריב.

#11 - אינטערוויוס, פאדקעסט, טאלק-שאו, און אזוי ווייטער
תמימות, פאדקעסט

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית יואל


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר ווייסן פון אזא רבי מיט אזעלכע תלמידים וואס זענען אונז מחזק ומחי' מיר זאלן נישט אוועקפאלן, זיך נישט מייאש זיין, נאר זיך שטענדיג אויפהייבן און צוריק קומען צום אייבערשטן.


טייערער ברודער, דער רבי לערנט אונז מיר זאלן דינען דעם אייבערשטן מיט תמימות ופשיטות, אן קיין חכמות. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן עח): "חָכְמוֹת מַזִּיקִים מְאֹד לְהָאָדָם" וְכוּ', "לֹכֵד חֲכָמִים בְּעָרְמָם" (אִיּוֹב ה, יג), מען קען רחמנא לצלן פארקריכן אין מינות וכפירה, און דאס איז די נסיון וואס האט זיך די לעצטע פאר יאר זייער אריינגעכאפט צווישן די ערליכע אידן; מען הערט און מען ליינט און עס זעט אויס ווי עס איז נישט שלעכט, און עס נעמט אוועק דעם מענטש פון זיין תמימות, פון יראת שמים.


הלוואי וועל איך קענען פועל'ן ביי מיינע תלמידים זיי זאלן זיך נישט צוהערן צו קיין שום אינטערוויוס, פאדקעסט, טאלק-שאו, און אזוי ווייטער; נישט ליינען קיין שום ליין מאטריאל, ספעציעל די אידישע וואס האבן א פנים ווי פרומע, און אז מען וויל זיך אויסלופטערן זאל מען זוכן גוטע זאכן, ווי שפאצירן, אדער אפילו שפילן געימס, אבער נישט קוקן און הערן, ווייל עס נעמט אוועק די תמימות, די זויבערקייט און ריינקייט.


איך האב נאך אסאך צו רעדן פון דער זאך, אפשר ווען מיר וועלן זיך זען פנים בפנים וועל איך דיר קענען זאגן מער אפן.

#10 - קוקן פאדקעסטס איז א שטילע פארגיפטונג
פאדקעסט

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


האסט מיר נעכטן דערציילט וויפיל צייט דו געבסט אוועק צו קוקן פאדקעסט"ס; איך בין אזוי דערשראקן, איך בין אזוי באזארגט פאר דיר, פאר דיין נשמה, וואס וועט זיין מיט דיר; ווייל די מענטשן וואס רעדן אויף די טאלק-שאוס און פאדקעסטס, אין זייערע ווערטער ליגן זייער שעדליכע זאכן, ליצנות אויף צדיקים, ליצנות אויף די הייליגע חכמים זכרונם לברכה, עס ווערט אפגעקילט צוביסלעך די אמונה ויראת שמים, און די תמימות ווערט פארשווינדן, מען פארלירט די זויבערע ריינע תמימות.


ליבער ברודער, וויסן זאלסטו, אז קוקן פאדקעסטס איז ערגער פון קוקן ניאוף, קוקן פאדקעסטס איז א שטילע שחיטה, א שטילע פארגיפטונג, מען כאפט נישט וואס פאסירט צום מענטש.


זאג מיר צו אז דו גייסט מער נישט קוקן קיין שום פאדקעסט, זאג מיר צו אז דו בלייבסט ריין מיט דיין תמימות, דו בלייבסט אן ערליכער איד.


איך ווארט אויף דיין בריוו.

#9 - אכטונג געבן פון א שלעכט אויג
שמירת עינים, עין הרע, פאדקעסט

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


נאכדעם וואס עס האט פאסירט מיט דיינע אויגן, עס האט דיר געברענט די אויגן; זאלסטו אכטונג געבן עס זאל נישט זיין קיין עין הרע אויף דיר, לייג נישט קיין בילדער פון דיר און דיין משפחה אויף סאושעל מידיע, און אויך זאלסטו זיך נישט אויפטון פאר אנדערע, אפילו פאר חברים, ווייל דאס ברענגט שלעכטע אויגן; עס קען זיין נאנטע חברים האבן קנאה און עס שאדט.


גיס אויס זאלץ אינדרויסן פון דיין טיר פון דיין שטוב, דאס איז א סגולה אוועק צו נעמען עין הרע.


אויך דארף דיר דאס זיין א רמז אז עפעס דארף פארראכטן ווערן מיט די אויגן, אז די אויגן האט דיר געברענט דארף דיר דאס אויפוועקן זיך אכטונג געבן נישט צו קוקן טאלק-שאוס, פאדקעסט, בפרט פון פרומע אידן וואס איז פול מיט מינות וכפירה; בלא יודעים קילט עס אפ די תמימות פון הייליגן רבי'ן.

#8 - פאדקעסטס פון מינים ואפיקורסים
משניות, פאדקעסט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך בין זייער איבערגענומען פון דעם וואס דו האסט אפגעלאזט אלע עפפס, אלע פאדקעסטס; ווייל די סכנה פון די אינטערנעט איז דאס וואס אינגעלייט הערן זיך צו וואס מינים ואפיקורסים רעדן דרשות, אזויפיל טרייף פסול קומט ארויס יעדע רגע, מענטשן וואס זעען אויס אז זיי קענען און ווייסן וואס זיי רעדן, זיי זעען אויס ווי תלמידי חכמים, אבער עס איז מינות וכפירה, און נעבעך טייערע אומשולדיגע אינגעלייט ווערן אנגעפילט מיט די סם המות; גאנץ ספר משלי איז געשריבן אויף די סכנה, ווי מען קען אלעס פארלירן.


איך האב געוואוסט אז דו האסט די זאכן, און דו קוקסט וכו' וכו', דאס האב איך געזען אויף דיין פנים, און דאס זע איך אויף אלע אינגעלייט נעבעך, די וואס קוקן דרשות של דופי, (פאדקעסטס פון מינות וכפירה, דרשות פון חקירות) – זעט מען אויף זייער פנים...


דאס איז נישט עפעס העכערס, דאס איז נישט רוח הקודש, דאס זאגט דער רבי (חיי מוהר"ן, סימן תט): "יְּכוֹלִין לְהַכִּיר בְּהַפָּנִים..." מען קען זען אויפן פנים פון דער וואס קוקט נעבעך אין ספרי מינות, און לעצטנס איז דיר דיין פנים צוריק מסודר, האסט צוריק דיין צלם אלקים.


זיי מתקן דאס אלעס מיט זאגן ח"י פרקים משניות, משניות איז מזכך ומטהר את הנפש; "המאור שבה", די ליכטיגע תורה וועט דיר צוריק ליכטיג מאכן און דיך מתקן זיין.

#7 - הער נישט אויס קיין מינים און אפיקורסים
תהלים, אינטערנעט, פאדקעסט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווארף אוועק אלע חכמות און געב זיך אכטונג נישט צו הערן קיין דרשות פון מינים ואפיקורסים, היינטיגט טעג מיט די אינטערנעט קען מען אוועק פאלן מיט איין אויגן בליק דורך אויסהערן דרשות פון מינים ואפיקורסים. הער אויס נאר דעם רבי'ן מיט זיינע תלמידים, און פיר זיך בתמימות ופשיטות.


זאג יעדן טאג דעם יום תהלים; קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיין א פשוט'ער איד, אן ערליכער איד, וואס זאגט תהלים און רעדט צום אייבערשטן בתמימות. דער רבי האט דערציילט, עס איז געווען א קעניג וואס איז געגאנגען מיט זיינע שרים פאנגען חיות, ער איז געווען אנגעטון ווי א פשוט'ער דארפסמאן, פלוצלונג האט זיך אראפגעלאזט א שטארקע רעגן, אלע שרים זענען זיך צולאפן און זיי האבן איבערגעלאזט דעם קעניג אליין, דער קעניג איז געווען אין א גרויסע סכנה און ער האט געזוכט א פלאץ וואו ער קען זיך באשיצן, ביז ער האט געטראפן א הויז וואו עס האט געוואוינט א פשוט'ער דארפסמאן, דער דארפסמאן האט אריינגענומען דעם קעניג, ער האט אנגעטון דעם קעניג פרישע קליידער און אים געגעבן צו עסן אביסל גריז און אים געלייגט שלאפן נעבן דעם אויבן וכו', דער קעניג איז געווען זייער מיד און פארמאטערט און ער האט זיך אזוי מחי' געווען מיט דעם בעט וואס דער דארפסמאן האט אים צוגעשטעלט, אז ממש ער האט נאך קיינמאל נישט געשפירט אזא געשמאק ווי ער האט דארט געהאט ביי דעם פשוט'ן דארפסמאן.


ווען עס האט אויפגעהערט רעגענען זענען צוריק געקומען אלע שרי המלוכה זיי זענען געקומען זוכן דעם קעניג, זיי האבן אים געטראפן שלאפן ביים דארפסמאן אין שטוב, ווען זיי האבן געוואלט אהיים נעמען דעם קעניג האט זיי דער קעניג געזאגט: "ווען עס האט גערעגנט האט איר נישט געקוקט אויף מיר, יעדער פון אייך איז געלאפן זוכן שוץ פאר זיך אליין און איך בין געבליבן אליין, נאר דער דארפסמאן האט מיר אריינגענומען ביי אים אין שטוב און מיך געראטעוועט, וועט ער מיך אהיים טראגן צום פלאץ און ער וועט מיר אנטון מיין קרוין", האט דער רבי אויסגעפירט: "פאר משיח וועט קומען וועט זיין א מבול פון אפיקורסות; נישט א מבול פון וואסער און נישט א מבול פון פייער, נאר א מבול פון שלעכטע מחשבות, עס וועט אריינשפריצן אפילו אין די כשר'ע הערצער און מיט חכמות וועט מען זיך נישט קענען אן עצה געבן, נאר די פשוט'ע אידן וואס זאגן תהלים מיט תמימות ופשיטות, זיי וועלן זיך דערהאלטן און זיי וועלן אנטון דעם קרוין פאר משיח" (פעולת הצדיק, סימן תתל"ד).


מארגן נאכט וועלן מיר זיך צאמקומען צו מאכן א יארצייט סעודה פון דעם גרויסן תלמיד מוהרנ"ת זכותו יגן עלינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - א וועג וואס פירט צום טויט
קינדער, שלום בית, מאוויס, פאדקעסט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי'


דיין ווייב וויל וויסן אויב איז כדאי צו קוקן קליפס, פאדקעסט וכו', זי זאגט אז זי איז לאנגווייליג (באורד), זי וויל וויסן אויב עס איז טאקע אזוי געפערליך.


איך בעט דיר זייער, זיי מחזק דיין ווייב זי זאל דאס נישט טון. עס זעט אויס ווי עס איז נישט געפערליך, אזוי ווי עס שטייט: "יש דרך ישר לפני איש", עס איז פארהאן א וועג וואס זעט אויס גלייך אין די אויגן פונעם מענטש, אבער: "ואחריתה דרכי מות", צום סוף איז עס א וועג וואס פירט צום טויט; מען פארלירט די אמונה, מען פארלירט די יראת שמים, עס פירט צום גיהנום.


עס איז דא גענוג זאכן מיט וואס זיך צו באשעפטיגן און אוועק נעמען דאס גיין ליידיג, מיט טון חסד וכדומה, אבער חס ושלום קוקן קליפס, מאוויס; אפילו פון ערליכע.


בזכות וואס ענק וועלן נישט קוקן, און נישט הערן וכו', וועלן ענק געהאלפן ווערן מיט זרע של קיימא.

#5 - א גוטע זיסע לעבן, נישט קיין געמאכטע לעבן
ווידיאו, פאדקעסט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב דיך שוין אזוי לאנג נישט געזען, איך בענק זיך צו דיר, איך וויל הערן וואס דו מאכטס, וואס דו טוסט.


איך וויל דיר בעטן זאלסט נישט קוקן קיין קליפס פון נארישע מענטשן וואס האלטן זיך אויבער חכמים, ווייל אין זייערע ווערטער ליגט באהאלטן סם המות, עס זעט אויס שיין, עס זעט אויס זיס, אזוי ווי עס שטייט: "כי נופת תטפנה שפתי זרה", די ליפן וואס רעדן פרעמדע דעות פון אפיקורסות, ציען זייער, עס טראפט פון זייערע ליפן זיסקייט, אבער "ואחריתה", איר סוף איז, "מרה כלענה", ביטער, ווי א ביטערע גראז, "חדה כחרב פיות", עס איז אזוי ווי א שארפע שווערד וואס ברענגט טויט.


טייערער ליבער ... נרו יאיר, ווארף אוועק די נישט גוטע כלים אויף וואס דו קוקסט די שלעכטע זאכן, איך וועל דיר ברענגען א וואוילע כלה, אן איידעלע זיסע כלה, דו וועסט האבן א גוטע לעבן, נישט קיין געמאכטע לעבן, וועסט נישט דארפן רעדן אויף קליפס, עס וועט דיר גוט זיין, הלוואי וועסטו מיר גלייבן, אז די ערליכע לעבן איז זיס און שיין, הלוואי וועסטו מיך אויסהערן און געטרויען און פירן א שיינע ערליכע לעבן.


דו האסט אזעלכע טייערע טאטע מאמע, זיי זענען אזעלכע וואוילע מענטשן, זיי האבן דיך אזוי ליב, איך האב דיך אויך זייער ליב, איך וויל דו זאלסט האבן די זיסע לעבן וואס איך האב.


איך בעט דיך זייער, איך וויל הערן פון דיר, איך בעט דיר ענטפער מיר עפעס, בלייב ביים רבי'ן אין היכל הקודש, הער נישט קיין פאדקעסט, הער נישט קיינעם אויס, נאר ערליכע אידן וואס רעדן פון תורה, פון אמונה, פון יראת שמים.

#4 - איז די מלחמה יעצט אין איראן די מלחמת גוג ומגוג?
טעלעפאן, מורה דרך, ארץ ישראל, מלחמה, פאדקעסט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קרח, כ"ו סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מענטשן פרעגן אויב די מלחמה יעצט מיט איראן איז מלחמת גוג ומגוג; וואס זאל איך דיר זאגן, מוהרא"ש האט אונז געזאגט אז די מלחמה פון גוג ומגוג איז אינעם מענטש אליין; אינעם מח, אין הארץ פונעם מענטש. אזוי ווי דער רבי האט פאראויס געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לה): "שֶׁהוֹלֵךְ אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל עַל הָעוֹלָם", פאר משיח וועט קומען וועט אראפקומען א מבול פון כפירות און אפיקורסות.


טייערער ליבער ברודער, איך בעט דיר, קוק נישט קיין שום פאדקעסט, קוק נישט קיין קליפס. ווארף אוועק די טעלעפאן, עס איז א גרויסע סכנה, מען קען אינגאנצן אוועק פאלן. ווער איז דיין רבי? וועם פרעגסטו דיינע שאלות? פרעג אים אויב דו זאלסט האבן דיין טעלעפאון, אדרבה, איך וויל הערן ווי דיין ערליכער איד, דיין מורה דרך - זאגט דיר אז דו קענסט האבן א טעלעפאן, טעבלעט לעפטאפ - וואו מען זעט קליפס, אינטערוויאס, פאדקעסט פון ליצנות און פון כופרים בה'; איך גלייב אז קיין איין דיין וועט דיר דאס מתיר זיין.


אוי וויי, מיין הארץ וויינט ווען איך זע ווי דו ביסט אין א סכנה, אלעס גייט דיר גיין חרוב, אלעס גייט דיר צעפאלן, ווייל דער סמ"ך מ"ם וויל דיך אין דער ערד לייגן, ער וויל דיר אוועק נעמען דיין ווייב, דיין שטוב, דיין גאנצע לעבן, עס איז זייער שרעקעדיג.


דער צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן האט געזאגט: "דער סמ"ך מ"ם וויל נישט צונעמען נאר יענע וועלט, ער וויל צונעמען די שיינע זיסע לעבן פון די וועלט", און ווער עס האט אויגן קען דאס זען, ווי שטיבער צעפאלן.


מען הערט אין די נייעס ווי מען קען איינפלאנצן א באמבע אין א טעלעפאן און דער מענטש ווערט גע'הרג'עט, איז דאס פאר מיר א לימוד אז דער טעלעפאן איז א באמבע וואס הרג'ט מיך, עס נעמט אוועק מיין יראת שמים, מיין תמימות, מיין נאאיווקייט.


מען איז פארנומען מיט די נייעס, מיט די מלחמה פון איראן; די מלחמה מיט די טעלעפאן איז סאך א שווערערע מלחמה ווי די מלחמה יעצט מיט איראן, עס איז סאך א גרעסערע סכנה; וויפיל באמבעס פלאצן טאג טעגליך, וויפיל יראת שמים ווערן אוועק גענומען, וויפיל פארלירט מען פון דעם...


עס טוט מיר זייער וויי אז אלעס פרעגסטו מיר און אלעס טוסטו - ביז די טעלעפאן, דאס פארשטייסטו בעסער.

#3 - אסאך חיזוק נישט אפצולאזן דעם הייליגן רבי'ן
משניות, חלישות הדעת, ליצנות, פאדקעסט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען דארף אסאך חיזוק נישט אפצולאזן דעם הייליגן רבי'ן. דער סמ"ך מ"ם האט זייער מורא ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן, ער וויל נישט מען זאל זיין ביים רבי'ן, ער טוט אלעס אוועק צו נעמען דעם מענטש פון רבי'ן; פאר איינעם מאכט ער בלבולים, פאר א צווייטן א חלישות הדעת, און אזוי קומט ער צו יעדן איינעם מיט א טעכניק ווי אזוי אים אוועק צו שלעפן פון רבי'ן.


עס איז געווען ביים רבי'ן א איד ר' ליפא, א גרויסער סוחר, אן ערליכער איד. אמאל איז ער געפארן אויף א גרויסער יריד צו מאכן געשעפטן, ער איז קודם געפארן צום רבי'ן נעמען א ברכה, ער איז געווען שבת ביים רבי'ן. ביי שלש סעודות האט אים שוין די הויט געברענט אז דער רבי זאל שוין ענדיגן די תורה כדי ער זאל שוין קענען פארן צום יריד פארדינען געלט, און אזוי ווי דער הייליגער רבי האט דאך אלעס געזען, האט ער אים מרמז געווען אינמיטן די תורה אז עס שטייט אין תקוני זוהר (תיקון ג' מהתיקונים האחרונים): "חֲיֵיכִת בְּהוֹן בְּעוּתְרָא בְּהַאי עָלְמָא, וּלְּבָתַר, קְטִילַת בְּהוֹן", געלט לאכט צום מענטש אין די יונגע יארן און שפעטער הרג'עט עס דעם מענטש; דער רבי האט געוואלט מיט דעם מרמז זיין פאר ר' ליפא אז נישט אלעס איז געלט וכו', ר' ליפא האט זיך אבער פון דעם באליידיגט, ער איז אוועק געגאנגען פון רבי'ן און ער איז מער נישט געקומען.


ווען רבי נתן האט אים געטראפן, האט ער אים געפרעגט: "ליפא, וואו ביסטו אנטלאפן? עמנו הייתם!" האט אים ר' ליפא געזאגט: "דער רבי האט מיך פארשעמט", מיינענדיג די תורה וואס דער רבי האט דעמאלט געזאגט און אים מרמז געווען אין די תורה, זאגט אים רבי נתן: "ליפא! פון אזא רבי גייט מען אוועק?! זאל דער רבי נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך שלאגן - וועל איך אויך נישט אוועק גיין!"


באניי זיך אין לערנען משניות. ווען דו זאגסט משניות זאלסטו נישט צוהערן קיין אינטערוויאס מיט פאדקעסט, עס איז א סתירה; די משניות דארף רייניגן, און די אינטערוויאס מיט פאדקעסט, דרשות - דאס שלעפט אוועק פונעם אייבערשטן; עס קען זיין איין קליפ, איין טראפ ליצנות - וועט דיר אוועקשלעפן פון רבי'ן, פון דיין יראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - שוין גענוג ליצנות איינגעזאפט, שוין צייט תשובה צו טון
תפילות אויף אידיש, אמונה, מורה דרך, ליצנות, פאדקעסט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר נאכאמאל בעטן, קוק נישט קיין שום קליפס פון קיינעם, קוק נישט קיין פאדקעסט, און זיכער נישט פון מינים און אפיקורסים; דו וועסט פארלירן דיין אמונה, דו וועסט פארוואגלט ווערן, ווייל נאר מיט אמונה קען מען לעבן, אן אמונה איז מען א טויטער.


אז דו האסט קשיות אויף די אמונה זאלסטו גיין וויינען און שרייען צום אייבערשטן ער זאל דיך ראטעווען. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מו), ווען מען האט קשיות אויפן אייבערשטן, "אֲזַי צָרִיךְ לִצְעֹק לְאָבִיו שֶׁבַּשָּׁמַיִם בְּקוֹל חָזָק מֵעִמְקֵי הַלֵּב, וַאֲזַי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שׁוֹמֵעַ קוֹלוֹ וּפוֹנֶה לְצַעֲקָתוֹ", ווען מען האט קשיות דארף מען שרייען צום אייבערשטן, ביז דער אייבערשטער העלפט, מען באקומט א שטארקע אמונה, "קֻשְׁיָא, רָאשֵׁי תֵבוֹת שְׁ'מַע יְ'יָ ק'וֹלִי אֶ'קְרָא", די אותיות פון "קשיא" איז די ראשי תיבות פון די ווערטער (תהלים כז, ז): "שְׁ'מַע יְ'יָ ק'וֹלִי אֶ'קְרָא"; אז מען האט קשיות אויפן אייבערשטן דארף מען שרייען צום אייבערשטן.


גיי שרייען אין פעלד: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל האבן אמונה אין דיר, איך זאל שפירן ווי דו ביסט מיט מיר; הייליגער באשעפער איך האב אזויפיל בלבולים, איך האב ספיקות אין די אמונה, העלף מיר איך זאל נישט האבן קיין ספיקות און קשיות אויף די אמונה, איך זאל וויסן אז אלעס ביסטו, עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דיר, העלף מיר איך זאל האבן הייליגע אויגן און א הייליגע מח, הייליגע מחשבות, העלף מיר איך זאל נישט אויסהערן מינים ואפיקורסים, ליצנות אויף די תורה און אויף די הייליגע חכמים".


טייערער ברודער איך האב געזען מיט מיינע אויגן ווי טייערע בחורים, טייערע אינגעלייט און אזוי אויך ווייבער - זענען צוגרינד געגאנגען, זיי האבן פארלוירן זייער יראת שמים, זייער אמונה, זייער חן, זייער הייליגקייט - ווייל זיי האבן געטראכט אז מען מעג האבן א האלבע טעלעפאן, א פערטל טעלעפאן, אהער מיט אהין, מיט די קלוגשאפט האבן זיי אלעס פארלוירן. אזוי ווי מוהרא"ש זאגט אין די פרשה, "וקרח שפיקח היה" (במדבר רבה יח, ח), וויבאלד קרח איז געווען קלוג איז ער נעבעך אראפגעפאלן און געווארן א מין, אן אפיקורס.


איך בעט דיר זייער, שוין גענוג ליצנות איינגעזאפט, שוין צייט תשובה צו טון און אנהויבן לעבן מיט אמונת חכמים, אן א טעלעפאן, אן קליפס, אן פאדקעסט. אדרבה, איך וויל וויסן ווער איז דיין גוטער איד וועם דו פרעגסט דיינע שאלות? ווער איז דיין ערליכער איד וועם דו בעטסט ברכות איידער דו גייסט אריין אין א געשעפט? פרעג אים אויב מען מעג קוקן ליצנות, אויב מען מעג קוקן אויף פרעמדע פרויען; נישטא קיין ערליכער איד וואס וועט דיר זאגן אז מען מעג.


איך מוז מקצר זיין, עס טרעט מיר צו צום הארצן.

#1 - הער נישט אויס קיין שמועסן פון פרעמדע און לצים
משניות, ליצנות, תיקונים, פאדקעסט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל, י"ח אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טייערער ברודער, דער רבי האט פאר דיר אן עצה ווי אזוי דו קענסט זיך אפוואשן פון דיינע עבירות, דורך לערנען יעדן טאג משניות אפילו אן פארשטיין. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון די קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם", אפילו אזא מענטש קען די תורה אויך העלפן, די תורה האט אזא כח אז עס קען אים ארויסנעמען פון די עבירות, "וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה; בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, "כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


אפילו דו ביסט אזוי אין א טיפע בלאטע, ביסט אין א בלאטע פון פגם הברית רחמנא לצלן, זאלסטו וויסן אז אויב דו וועסט לערנען בקביעות יעדן טאג משניות - וועסטו ארויסקריכן פון די בלאטע. ווייל רבי נתן זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "ווען דער רבי האט געזאגט די שיחה פון פריער, אז די תורה איז אן עצה ארויס צו שלעפן דעם מענטש פון עבירות, האב איך געפרעגט דעם רבי'ן 'אויב תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן?' האט דער רבי געשריגן אויף מיר און געזאגט: 'דו ווייסט ווי גרויס די כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס!" אפילו א מענטש וואס ליגט אין די נעגל פונעם סמ"ך מ"ם, ער זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג תורה וועט ער ארויסקריכן פון אלעם שלעכטס און ווערן אן ערליכער איד.


הער נישט אויס קיין שמועסן פון פרעמדע, און זיכער נישט פון לצים וואס האבן נישט מיט די תורה און מיט צדיקים. יעצט ווען עס פארמערן זיך די אינטערוויאס, פאדקעסטס וכדומה - זאלסטו נישט אויסהערן די זאכן, עס שוואכט אפ די אמונה און די אמונת חכמים. עס זעט אויס ווי א נישט קיין געפערליכע זאך, אבער די ענדע פון דעם איז זייער ביטער. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות ליצנות, סימן י): "קָשָׁה לֵיצָנוּת" ליצנות איז אזוי געפערליך, "שֶׁתְּחִלָּתוֹ יִסּוּרִין", אין אנהויב ליידט מען, "וְסוֹפוֹ כְּלָיָה", און ביים סוף פארלענדט עס השם ישמרינו. אויך פארלירט מען די פרנסה (שם, סימן א), "עַל יְדֵי לֵיצָנוּת יִהְיֶה לוֹ נוֹשִׁים הַרְבֵּה", מען האט אסאך חובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.