בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - טונקעלע געלטער
חינוך הילדים, משלי, געלט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, לעיקוואד


איך וויל דיר שרייבן וואס איז מיר נתחדש געווארן ביים לערנען ספר משלי, עס שטייט אין פסוק (משלי טו, כז): "עֹכֵר בֵּיתוֹ בּוֹצֵעַ בָּצַע", דער וואס גנב'עט – פארדארבט זיין הויז, "וְשׂוֹנֵא מַתָּנֹת יִחְיֶה", און דער וואס האט פיינט מתנות – דער וועט לאנג לעבן.


קען זיין נאך א פשט, "בּוֹצֵעַ בָּצַע", דער וואס זיין גאנצע לעבן איז בצע, געלט; ער טראכט פון געלט, ער גליסט געלט, ער רעדט פון געלט, דער איז -  "עֹכֵר בֵּיתוֹ", ער מאכט חרוב זיין הויז, די קינדער וואקסן אויף אן חינוך, אן תורה ותפילה, זיי זעען איין זאך, געלט, געלט און נאכאמאל געלט, "וְשׂוֹנֵא מַתָּנֹת", און דער וואס האט פיינט געלט, דער וואס פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן, און די חינוך הבנים והבנות איז אים וויכטיגער פון געלט – "יִחְיֶה", דער וועט זוכה זיין צו לאנג לעבן, מיט נחת, ערליכע אידישע דורות; ווייל וואס מען פלאנצט איין – דאס וואקסט, אז מען פלאנצט איין אמונה, מען פלאנצט שמחה – שניידט מען שיינע פירות, און אז מען פלאנצט געלט - "עֹכֵר בֵּיתוֹ", ווערט אלעס חרוב, עס ווערט חושך, מיתה, סטרא אחרא. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כג), פנים דסטרא אחרא, אנפין חשוכין, מרה שחורה, אלהים אחרים, עבודת אלילים השם ישמרינו, והבן למעשה.