בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חיי שרה, כ' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דו שטעלסט אהער א פנים ווי דו ביסט דער פרומער און דיין טאטע איז געפערליך; איך וויל דיר פרעגן, ווי קען זיין אזא זאך צו נעמען א פריוואטע קאמפיוטער פון דיין טאטע און אראפנעמען פון דארט פריוואטע שמועסן? ווי איז דאס געהערט געווארן? דאס איז ריכטיג גניבה?! און צווייטנס, אז דו האסט שוין געטון די פארברעך, די גניבה, און דו האסט געטראפן דארט שמועסן מיט א פרעמדע השם ישמרינו פון עבירות רחמנא לצלן, ווי האסטו געמעגט גיין דאס אנצינדן פאר דיינע געשוויסטער און פאר דיין ווייב, זיין א הוֹלֵךְ רָכִיל מְגַלֶּה סּוֹד?! דו שרייבסט מיר אז דו ביסט אזוי דערשראקן, דו ווייסט נישט וואס צו טון מיט זיך, סיי דו און סיי דיין ווייב שרייען: "ראטעוועט, מיר האבן געכאפט דעם טאטן!" איך פארשטיי נישט ווי דו שעמסט זיך נישט טון אזעלכע זאכן, גנב'נען פריוואטע שמועסן און זיין א הולך רכיל, ווי שעמסטו זיך נישט?!
איך בין נישט מקבל דיין לשון הרע אויף דיין טאטע, און איך שעם זיך צו הערן אז ביי אונזערע ד' אמות איז דא איינער וואס שפיאנירט אויף זיין טאטע.
טו תשובה, וויין צום אייבערשטן דו זאלסט קענען פאררעכטן וואס דו האסט דא געטון, די חורבן פון צעברעכן א משפחה.