בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - טראכט נישט וואס איז געווען, טראכט פון יעצט
עבודת השם, פירושים, דאווענען, שכחה, נוסח

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נח, ב' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, טברי'


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע "ה' מַלַךְ"; מוהרא"ש אין סידור עת רצון זאגט: "וצריך להיות בנקוד פתח", מען דארף דאס שרייבן מיט די נקודות פון פתח. דאס איז על פי קבלה פון הייליגן אריז"ל (עיין פרי עץ חיים שער הזמירות, פרק ג), אבער דאס איז נישט צו זאגן מיט א פתח; זאגן זאגט מען דאס בלשון היה, "ה' מָלָךְ" - דער אייבערשטער האט געקעניגט.


ובנוגע פארוואס מען זאגט קודם לשון הוה: "ה' מֶלֶךְ", מען וואלט ווען געדארפט זאגן קודם היה - "ה' מָלָךְ", און נאכדעם הוה ויהיה? איך האב געזען פון הרב רבי יצחק שליט"א (ספר דרכי איש, גליון פא) זייער א שיינע געדאנק. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי דער וועלט איז שכחה א חסרון, אבער איך זאג אז שכחה איז א גרויסע זאך. ווייל ווען א מענטש וואלט געדענקט יעדע זאך וואס ער האט געטון וואלט ער נישט געקענט לערנען, דאווענען און טון מצות, עס וואלט אים געשטערט אלעס וואס ער האט געטון"; דעריבער ווען עס קומט צום דאווענען זאגט מען קודם "ה' מֶלֶךְ" דער אייבערשטער איז יעצט קעניג, טראכט נישט וואס איז געווען, טראכט פון יעצט, יעצט איז דער אייבערשטער דא, ער איז קעניג, 'יעצט וויל איך זיין גוט', 'יעצט גיי איך דאווענען', נאכדעם קענסטו רעדן צו מיר פונעם עבר און פונעם עתיד ודברי פי חכם חן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.