בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - טראץ אלע טענות, איז נישט גוט זיך צו גט'ן
שלום בית, גט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


האברך ... האט מיר דערציילט אז דו ווילסט זיך גט'ן וכו' וכו'.


איך וויל דיר שרייבן זאלסט עס נישט טון, ווייל מיט אלע טענות וואס דו האסט אויף דיין ווייב – איז נאכאלץ ערגער זיך צו גט'ן, ווייל ווער ווייסט וואס וועט זיין נאכן גט, ווי לאנג דו וועסט דארפן ווארטן אויף א שידוך, און ווער זאגט אז די צווייטע וועט נישט זיין ערגער? איך האב געזען אזויפיל מעשיות ווי אינגלייט האבן זיך גע'גט, זיי האבן נישט געהאט דאס ביסל סבלנות אויסצואווארטן, און שפעטער האבן זיי אלע מודה געווען אז זיי האבן געטון די גרעסטע טעות.


ליבער ברודער, די אלע טענות קען מען פאררעכטן. איך בין גרייט דיר צו העלפן איר צו בעסער מאכן און אוועק נעמען אלע טענות וכו' וכו', נאר בתנאי אז דו וועסט האבן אביסל סבלנות און אז דו וועסט זיין א גוטער איד; דאס הייסט אז דו וועסט גיין אין שול דריי מאל א טאג דאווענען און אביסל לערנען וכו' וכו'.


לאז מיר וויסן, אדער דורך מיך רופן אדער דורך שרייבן, אדער קענסטו ענטפערן דורך דעם אינגערמאן הנ"ל.


איך האף צום אייבערשטן אז דו וועסט מאכן די גוטע החלטה, בלייבן מיט דיין ווייב.