בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת שמיני-ב, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... תחי'
המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון וירושלים, איר זאלט נישט וויסן מער פון קיין צער.
איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך מחזק זיין מיט אלע כוחות; דאס וועט זיין דער גרעסטער נחת רוח וואס איר וועט גורם זיין פאר אייערע עלטערן אויבן אין גן עדן.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא קטז.): ווען א מענטש גייט אוועק פון דער וועלט און לאזט איבער קינדער וואס לערנען תורה איז כְּאִילוּ לֹא מֵת, אזוי ווי עס שטייט (מלכים-א כא, יא): "וַהֲדַד שָׁמַע בְּמִצְרַיִם כִּי שָׁכַב דָּוִד עִם אֲבֹתָיו, וְכִי מֵת יוֹאָב שַׂר הַצָּבָא", פארוואס ביי דוד המלך שטייט "שָׁכַב דָּוִד" און ביי יואב שטייט "מֵת יוֹאָב"? ווייל דוד המלך האט איבערגעלאזט קינדער צדיקים, הייסט עס נישט ווי ער איז געשטארבן נאר כאילו ער שלאפט.
דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט א טייערער מאן שליט"א און לעכטיגע קינדערלעך קיין עין הרע. טאנצט פאר שמחה אז איר זענט זוכה צו ציען ווייטער א גאלדענע קייט פאר אייערע עלטערן וואס געפונען זיך אויבן אין גן עדן.
מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט (עיין בספר ארך אפים, פרק צער גידול בנים): ווען עלטערן קומען ארויף אויבן אין הימל און זיי האבן איבער געלאזט דא אויף דער וועלט ברסלב'ער קינדער, זענען אלע נשמות אויבן אין הימל מקנא די נשמה וואס האט א קינד וואס איז דבוק צום אייבערשטן. כל שכן אז אייער מאן איז עוסק אין הפצה, ער גייט ארום פארשפרייט די הייליגע ספרים פון רבי'ן פאר די וועלט, דעמאלט זענען אלע נשמות אויבן אין הימל מקנא אייערע עלטערן און זיי גייען ארויף אלס מעלה מעלה צום אייבערשטן.
איך ווייס אז אייער צער איז זייער גרויס; איר האט פארלוירן אייער מאמע שוין יארן צוריק ווען איר זענט נאך געווען א קינד, און יעצט האט איר פארלוירן אייער טאטע, ער איז פלוצלינג נפטר געווארן לא עלינו. איר זענט געבליבן אן איין איינציג קינד אן משפחה, אבער אייער טאטע אין הימל האט איר נישט פארלוירן, און געלויבט דעם אייבערשטן אז איר האט אליינס א הערליכע משפחה, בא'חנ'טע קינדער און אן ערליכער מאן. דאס דארף אייך פרייליך מאכן און דאס דארף אייך ברענגען שמחה אין אייער לעבן.
דער אייבערשטער זאל אונז שוין אלע טרייסן און אונז אויסלייזן פון אונזער גלות במהרה בימינו, אמן.