בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
פורים איז א מצוה צו טרינקען וויין, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה ז:): "חַיָיב אִינִישׁ לִבְסוּמֵי בְּפוּרַיָּא", מען דארף טרינקען פורים וויין, "עַד דְלֹא יָדַע בֵּין אָרוּר הָמָן לְבָרוּךְ מָרְדְכַי"; אבער וויסן זאלסטו אז דאס מיינט נישט מען זאל טרינקען ביז מען ווערט שיכור ווי לוט, מען זאל ווערן אינגאנצן אויס, ליגן אויפן גאס אנגעבראכן וכו', און פארפאסן בענטשן און דאווענען השם ישמרינו, דאס איז בכלל נישט קיין מצוה, דאס איז בכלל נישט וואס די הייליגע חכמים זאגן.
דעריבער בעט איך דיר מיין ליבער ברודער, טרינק צוויי דריי גלעזלעך וויין און טאנץ און שפרינג; וועט זיך דיין קאפ אביסל אנהייבן דרייען, מיט דעם וועסטו האבן יוצא געווען די מצוה, אבער נישט מער פון דעם.
אויך איז כדאי זאלסט ערשט דאווענען מנחה, און נאכמיטאג זאלסטו זיך וואשן צו א סעודה און אביסל טרינקען, און דער עיקר זאלסטו טאנצן און פאטשן, ביז דו וועסט ווערן זייער פרייליך און דו וועסט וויסן אז אלעס איז דער אייבערשטער; אז עס גייט גוט – איז עס דער אייבערשטער, און אז חלילה פארקערט – איז עס אויך פונעם אייבערשטן, און דאס איז די זאך פון 'עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי', סיי עס איז גוט – ברוך מרדכי, סיי שלעכט – ארור המן – ווייס איך אז עס איז נאר לטובה, דער אייבערשטער טוט נישט קיין שלעכטס, אלעס איז פאר מיין תיקון הנצחי, מיך צו מתקן זיין.