בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - טרעף א גוטע פלאץ פאר דיין ווייב, ווען דו פארסט קיין אומאן
אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טרעף א פלאץ פאר דיין ווייב וואו זי זאל זיין ראש השנה אין די טעג וואס דו פארסט קיין אומאן. בעסער איז זי זאל זיין אדער אין שטוב אדער ביי אירע עלטערן, נישט אוועק פארן מיט חבר'טעס פארברענגען וכו', ווייל ראש השנה איז א יום הדין, עס איז נישט קיין צייט פון פארברענגען וכו'.


עס איז טאקע שווער פאר א פרוי אז דער מאן פארט אוועק פאר א וואך, אבער אז מען ווייסט וואו מען פארט, פארוואס מען פארט און וואס מען טוט אויף מיטן פארן - איז דאס נישט שווער. דער הייליגער רבי האט זיך אויסגעדרוקט מיט די גרעסטע לשונות ארויס צו ברענגען ווי שטארק ער וויל מען זאל קומען צו אים, ער האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכ): "וואס זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאן"; נאך האט ער געזאגט (שם, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ רֹאשׁ הַשָּׁנָה", דער אייבערשטער האט מיר געגעבן א מתנה אז איך ווייס וואס איז ראש השנה, איך האב דאס נישט באקומען בירושה פון מיינע עלטערן, נאר איך האב דאס באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן, "לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", און נישט נאר איר זענט אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה.


אז דיין ווייב'ס מאמע וויל איר נישט ארייננעמען אויף יום טוב און אויך דיין מאמע וויל איר נישט ארייננעמען אויף יום טוב - זאלסטו איר מחזק זיין צו מאכן ראש השנה אין שטוב, אין שטעטל זענען דא משפחות וואס עסן אינאיינעם אין שול, מען מאכט זיך גרינגער איינער פארן צווייטן, אבער נישט אוועק פארן אין אזא הייליגע טאג, זיין צעלאזט וכו' - ווען ספרי חיים און ספרי מתים זענען אפן און מען איז דן וואס גייט זיין די גאנצע יאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.