בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - יישר כח פאר די בילדער ווי מען לערנט אין שול אין ירושלים
בית המדרש, נחת, ירושלים, בילדער

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת עקב, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יישר כח פאר'ן מיר שיקן בילדער ווי מען לערנט אין שול אין ירושלים.


ברענג מיר נאך בילדער פון אנשי שלומינו אין ארץ ישראל, ווי מען קומט זיך צוזאם און ווי מען לערנט, בפרט פון אונזער שול אין ירושלים - וועסטו מיר מחי' זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.