בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - יישר כח פאר די געטרייע ארבעט מיט מיינע טייערע קינדער
מלמדים, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד דער חשוב'ער מלמד הר"ר ... שליט"א.


איך בין זייער צופרידן פון די געטרייע ארבעט וואס דו לייגסט אריין אין מיינע טייערע קינדער ... נרו יאיר און ... נרו יאיר.


איך האב געלערנט מיט זיי נעכטן ביי 'אבות ובנים' חומש רש"י; זיי האבן זייער גוט געקענט און קלאר פארשטאנען.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח צו קענען ווייטער משפיע זיין אויף די תלמידים און זען נחת פון זיי און פון דיינע קינדערלעך.