בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - יישר כח פאר'ן אויספירן דעם שידוך פאר מיין זון
שידוכים, הכרת הטוב, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב.


איך דאנק דיר פארן זיין דער גוטער שליח פון הימל צו זיין דער שדכן פאר מיין זון שלמה נרו יאיר.


מיין הארץ איז פול מיט לויב צום אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער טוט מיט מיר שטענדיג, בפרט יעצט פאר אזא נס צו קענען א שידוך טון מיט א קינד ווען ער איז נאך יונג, ווערנדיג ממש יעצט זעכצן יאר, מיט א ערליכע וואוילע מיידל, א תלמידה פון 'בית פיגא', א טאכטער פון אונזער חשוב'ער חבר ר' יואל טייטלבוים נרו יאיר גבאי בית המדרש היכל הקודש קרית יואל שכונת עצי תמרים; א כלה פון א ווארימע ערליכע שטוב, איך בין אויסטערליש פרייליך.


איך האב געזאגט פארן מחותן נעכטן ביים לחיים אז מיר זענען פאסיגע מחותנים; מיר האט מען ארויסגעווארפן פון א מוסד פאר עלף יאר צוריק פאר'ן איינציגסטן חטא אז איך בין א ברסלב'ער און איך רעד צו די תלמידים פונעם אייבערשטן, און אים האט מען אויך ארויסגעווארפן מיט ביזי בזיונות פון א מוסד פאר'ן פארן קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ראש השנה.


ביי מיר איז א כבוד זיך צו משדך זיין מיט א ברסלב'ער חסיד וואס מען האט פארשעמט פאר'ן פארן צום רבינ'ס ציון; וואונטש איך דיר אז דו זאלסט אויך זוכה זיין צו טון שידוכים יונגערהייט מיט דיינע קינדער.


שטארק דיר מיט דיין הייליגע ארבעט פון פארשפרייטן די עצות און חיזוק פון רבי'ן פאר די גאנצער וועלט; אויך בעט איך דיר דו זאלסט ווייטער מחזק זיין די מלמדים, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי נשא, פיסקא א): "אין מחזקין אלא למחזקין", די וואס זענען מחזק אנדערע די דארף מען מחזק זיין, ווייל זיי דארפן דאס מערסטע חיזוק; א מלמד דארף יעדן טאג באקומען אפאר ווערטער פונעם מנהל, עס איז נישט גענוג איין מאל א וואך. יעדן טאג דארף מען פרעגן יעדן מלמד: "וואס טוט זיך?" "וואס הערט זיך?" וואס מאכט דער קינד?" "וואס הערט זיך ביי דעם קינד?" דאס געבט זיי פרישע כוחות אנצוגיין מיט זייער הייליגע ארבעט.


נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר'ן זיין שדכן; דער אייבערשטער זאל דיר צוריק צאלן נחת ביי דיינע קינדער .