בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - יישר כח פאר'ן ארויסהעלפן די פארטי
מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמיני-ב, כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


א גרויסן דאנק אייך פאר דעם וואס איר העלפט אונזער יערליכע פארטי וואס מיר מאכן פאר מוסדות היכל הקודש ברסלב. און בפרט פארן אננעמען צו זיין די Guest of Honor.


עס איז א גרויסע זכיה צו העלפן מוסדות התורה וואו מען לערנט תורה מיט תינוקות של בית רבן וואס די וועלט שטייט אויף זייער תורה.


די הייליגע חכמים זאגן (מסכת כלה רבתי, פרק ב): "בְּכָל יוֹם מַלְאָך יוֹצֵא מִלִּפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא לְחַבֵּל אֶת הָעוֹלָם", יעדן טאג גייט ארויס א מלאך פונעם אייבערשטען חרוב צו מאכן די וועלט, "כֵּיוָן שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא מִסְתַּכֵּל בְּתִינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן, מִיָּד נֶהְפַּך כַּעֲסוֹ לְרַחֲמִים", אבער ווען דער אייבערשטער זעט ווי אידישע קינדער לערנען די הייליגע תורה, דרייט זיך איבער זיין כעס צו רחמנות; נאך זאגן די הייליגע חכמים (בראשית רבה סה, כ): ווען די גוים זענען געקומען צו בלעם בן בעור אים פרעגן ווי אזוי קען מען בייקומען די אידן, האט בלעם זיי געזאגט: גייט ארום אין די שולן, אויב וועט איר זען 'תִּינוֹקוֹת מְצַפְצְפִין בְּקוֹלָן' – קינדער וואס לערנען די הייליגע תורה, 'אֵין אַתֶּם יְכוֹלִים לְהִזְדַּוֵוג לָהֶם' - וועט מען זיי קיינמאל נישט קענען בייקומען. ווייל זייער פאטער יצחק אבינו האט זיי מבטיח געווען אז ווי לאנג עס וועט זיין 'הַקּוֹל קוֹל יַעֲקֹב', קען נישט עשו'ס הענט שולט זיין אויף זיי.


בפרט אז איר העלפט אונזער מוסד, וואס איז געשטעלט אריין צו ברענגען אמונה און חיזוק אין אידישע קינדער, איז דאס גאר א גרויסער זכות און א גרויסער מצוה.


דער אייבערשטער זאל אייך בענטשן מיט אלע ברכות פון די תורה; איר זאלט זען נחת ביי אייערע קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט, און אנטקעגן גיין משיח צדקינו במהרה בימינו, אמן.