בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן
טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי'
איר ווארט אויף ישועות און רפואות, איר ווארט און ווילט קינדער; זאלט איר נעמען די עצה פון רבי נתן זכרונו לברכה.
רבי נתן זאגט, ווען מען דאנקט דעם אייבערשטן זאגט דער אייבערשטער פאר די מלאכים: "קוקט, דער מענטש לויבט מיר, איך וועל אים געבן נאך מער גוטס, ער זאל מיר קענען נאך מער דאנקען".
איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן צענדליגער געשעענישן ביי אנשי שלומינו, זיי האבן געפאלגט דעם רבי'ן, זיי האבן אנגעהויבן זייער לעבן אויף די וועג פון לויבן און דאנקען; עס איז זיי אזוי גוט געווארן, אלעס איז איבערגעדרייט געווארן לטובה.
מאכט א צייט יעדן טאג, ביידע אינאיינעם; רעכנט אויס אינאיינעם וויפיל גוטס דער אייבערשטער טוט מיט ענק און עס וועט נישט נעמען לאנג ביז איר וועט האבן די ישועה.