בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - יעדע זאך וואס מען טוט צו העלפן דעם רבי'ן, איז א גרויסע זכות
צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בחוקותי, כ"ה אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... וזוגתו ... שיחיו.


איך דאנק אייך זייער פאר'ן אהער שטעלן די פרויען פארטי אין קרית יואל פאר אונזערע מוסדות; יעדע זאך וואס מען טוט צו העלפן דעם רבי'ן, בפרט די מוסדות וואס זענען מגלה ומפרסם די הייליגע עצות פון רבי'ן פאר די גאנצע וועלט, איז א גרויסע זכות; א זכות וואס בלייבט אויף אייביג, דאס וועלן מיר מיט נעמען אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


געבטס איבער א יישר כח פאר אלע פרויען וואס האבן געהאלפן אז די פארטי זאל זיין מיט הצלחה.