בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה
איך האב יעצט גערעדט מיט די טאטע פונעם מיידל; זי וויל נישט גיין ווייטער.
זיי נישט צעבראכן פון דעם, דאנק דעם אייבערשטן אז דיין שידוך רוקט זיך פאראויס, ווייל מיט יעדע שידוך וואס מען טראגט נאר אן און זיכער ווען מען טרעפט זיך און עס ווערט נישט - ווערט אבער נענטער דער ריכטיגער שידוך.
איך האף עס וועט דיר נישט צעברעכן; איך ווייס אז דו ווארטסט אזוי לאנג פאר דיין שידוך, ענדליך האט מען דיר עפעס אנגעטראגן, ענדליך ביסטו ארויס מיט א מיידל און יעצט זאגט זי: "ניין"; דאס זאל דיר נישט צעברעכן, ווייל דאס איז א סימן אז עס קומט שוין די ריכטיגע שידוך.
מוהרא"ש האט אונז געלערנט מיר זאלן זיין אזוי שטארק, מיר זאלן נישט ווערן צעבראכן ווען איינער דארף מיר נישט, נאר זאגן 'דו דארפסט מיר נישט? דארף איך דיר טויזנט מאל נישט'.