בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - יעדע תנועה פונעם מלמד ווערט איינגעקריצט אין די הערצעלעך פון די קינדער
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מצורע, ו' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו ביסט א מלמד פאר תינוקות של בית רבן, דו לייגסט אריין אין די קינדער אזויפיל יראת שמים און גוטע מדות.


נישטא קיין ווערטער וואס זאלן קענען ארויסברענגען דאס גרויסקייט פון מלמדים, עס איז א שווערע ארבעט, מען ווערט גוט אויסגעמוטשעט פון רעדן און רעדן און רעדן, מען קען צומאל שפירן ווי מען רעדט אין די לופט אריין, אבער עס איז נישט אזוי; יעדע ווארט, יעדע תנועה פונעם מלמד ווערט איינגעקריצט אין די הערצעלעך, אין די נשמה'לעך; די זכותים בלייבן לנצח נצחים.


א פרייליכן פסח.