בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - יעדער איינער האט זיינע בלבולים מיט חלישות הדעת
התחזקות, חלישות הדעת, לשון הרע

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס טוט מיר זייער וויי אז דו בויעסט אויף פאלשע בנינים, אז איך וויל דיך מרחק זיין און איך וויל דיך אוועק שטופן פון די קהילה, אין די צייט וואס איך האב דיך זייער ליב און איך האב הכרת הטוב צו דיר.


איך זע עס איז ממש וואס דער רבי האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי יודל, ווען ער האט געהאט די סארט חלישות הדעת אז דער רבי איז אויף אים ברוגז, דער רבי וויל אים פארטרייבן. רבי יודל האט נישט געוואוסט אז די מחשבות (קאמפלעקסן) גייען אריבער אויף יעדן איינעם, און דאס איז מצד היצר הרע וואס טוט אלע פעולות צו מרחק זיין דעם מענטש פונעם צדיק. ער האט מורא געהאט זיך צו באווייזן צום רבי'ן, ווייל אפשר וועט אים דער רבי פארטרייבן, אפשר וועט דער רבי שרייען אויף אים וכו' וכו', און נאך אפאר טעג האט ער זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן פון זען דעם רבי'ן, דער רבי האט פארשטאנען ברוח קדשו די נסיונות און די חלישות הדעת וואס רבי יודל גייט אריבער, און ווען רבי יודל איז אריינגעקומען צום רבי'ן האט אים דער רבי געזאגט: "ווען א מענטש וויל מקורב ווערן צום אמת דעמאלט איז זיך דער שקר מתגבר אויפן מענטש, און אז דער מענטש שטארקט זיך אויפן שקר, ער צעברעכט דעם שקר ווערט פון 'שקר' 'קשר'", און דער רבי האט אויסגעפירט: "דו וועסט שוין בלייבן מקושר צו מיר דיין גאנצע לעבן".


שוין אפאר חדשים וואס דו פייניגסט זיך אז איך וויל דיך פארטרייבן וכו' וכו', עס איז שקר, דער יצר הרע וויל דיך צעקלאפן, ער וויל דיך אוועק נעמען פון רבי'ן, מאכט ער א פירוד לבבות צווישן אונז.


איך וועל דיר נישט דערציילן וואס אויף מיר איז אריבער בחיים חיותו פון מוהרא"ש, ווי מענטשן האבן מיך געפייניגט; איך רעד פון מענטשן אין היכל הקודש וואס האבן זיך געדרייט ביי מוהרא"ש, האבן געזוכט צו מאכן א פירוד צווישן מיר און מוהרא"ש, מען האט מיר געזאגט אז מוהרא"ש גייט מיך פארטרייבן, מען האט מיר געזאגט אז מוהרא"ש איז ברוגז אויף מיר וכו' וכו', וואס האב איך געטון? איך האב זיך נישט באהאלטן, איך בין געקומען צו מוהרא"ש און געזען אז אלעס איז שקר, און עס איז געווארן א קשר של קיימא.


יעדער איינער האט זיינע בלבולים מיט חלישות הדעת אפצולאזן דעם רבי'ן, מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל נישט אפלאזן דעם הייליגן רבי'ן, און אפילו דער רבי אליין איז מרחק - זאל מען בלייבן שטארק ביים רבי'ן, אזוי ווי עס שטייט (דניאל א, ד): "וַאֲשֶׁר כֹּחַ בָּהֶם לַעֲמֹד בְּהֵיכַל הַמֶּלֶךְ", אפילו דער צדיק אליין קריגט אויף אים, דאך גייט ער נישט אוועק פונעם צדיק (שיחות הר"ן, סימן קה).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.