בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מען כאפט א פאטש, און מען איז נאכאלץ זיין פרייליך
שמחה, התחזקות, חודש אדר

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דאס וואס דו גייסט אריבער וכו' - איז נישט קיין תירוץ נישט צו זיין פרייליך, אפילו מען כאפט א פאטש - דארף מען נאכאלץ זיין פרייליך. רבי נתן דערציילט, דער הייליגער רבי איז אמאל געווען ביי א חתונה, דארט איז געווען מוזיק; א פידל, א פייפער, א פויקער, און איינער וואס האט זיי געפירט; אינמיטן זינגען האט דער פויקער איינגעדרימלט, האט אים דער אנפירער געגעבן א פאטש און דער פויקער האט זיך אויפגעוועקט און גלייך אנגעהויבן ווייטער צו פויקן, האט זיך דער רבי אנגערופן: "א פאטש געכאפט און פרייליך געקלאפט"; דער רבי האט ארויסגענומען פון די מעשה, אז אפילו מען כאפט א פאטש - דארף מען ווייטער זיין פרייליך.


די מעשה איז א שטארקע לימוד אין לעבן, ווען מען גייט אריבער שווערע צייטן מען כאפט פעטש, דארף מען געדענקען וואס דער רבי זאגט: "א פאטש געכאפט און פרייליך געקלאפט", מען דארף געדענקען אז אלעס וואס גייט אריבער איז פונעם אייבערשטן - נאר פאר די גוטס פונעם מענטש.


מיר קומען שוין נאנט צו חודש אדר, חודש השמחה, א חודש פון ישועות; מיט שמחה זעט מען ישועות און ניסים למעלה מדרך הטבע.


מארגן נאכט ראש חודש אדר וועלן מיר מאכן א סעודה פאר אלע תלמידי הישיבה און אנשי שלומינו, א מסיבה פון הכרת הטוב פאר אלע וואס העלפן די מוסד א גאנץ יאר מיטן געבן די מעשר פאר די ישיבה. איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט קומען, איך נעם עס אן פערזענליך, און אפילו עס איז שוין היינט דא קיין עין הרע א גרויסע ציבור, דאך נעם איך פערזענליך דיין קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.