בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וזאת הברכה ב', י"ג תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
זע צו קויפן פאר דיינע בחורים און אינגלעך די ד' מינים, עס קאסט נישט קיין סאך און עס איז אזוי הייליג; זיי זאלן אלע זיך קענען פארבענקען צום אייברשטן מיט די ד' מינים ביי הלל און ביי די הושענות.
זע צו באצאלן פאר ד' מינים, גיי נישט אריין אין א קטנות הדעת וכו'. דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קכה): "שֶׁאֵין אָנוּ יוֹדְעִים כְּלָל גֹּדֶל יִקְרַת מַעֲלַת מִצְוַת אֶתְרוֹג", מיר האבן נישט קיין אנונג פון דאס גרויסקייט פון די מצוה פון די ד' מינים, "וַהֲרֵי אָנוּ רוֹאִין שֶׁיִּשְׂרָאֵל מְפַזְּרִים מָמוֹן הַרְבֵּה בִּשְׁבִיל מִצְוָה זוֹ", מיר זעען דאך וויפיל געלט אידישע קינדער געבן אויס פאר די מצוה פון אתרוג און ד' מינים, "יוֹתֵר מֵעַל שְׁאָר מִצְווֹת", מען געבט אויס מער געלט אויף די מצוה ווי מען געבט אויס אויף אנדערע מצוות, "וּבְוַדַּאי לֹא עַל חִנָּם הוּא", דאס איז זיכער נישט אומזיסט, "מִסְּתָמָא מִצְוָה זוֹ הוּא יְקָרָה מְאֹד מְאֹד אֲשֶׁר אֵין לְשַׁעֵר", זעט אויס אז די מצוה איז זייער א הייליגע מצוה וואס מען קען זיך גארנישט פארשטעלן, "רַק שֶׁאֵין אָנוּ יוֹדְעִין גֹּדֶל מַעֲלָתָהּ", נאר וואס דען, מיר זענען אזוי ווייט פון וויסן דאס גרויסקייט פון מצוות, מיר ווייסן נישט איר טייערקייט.
מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערנט די כוונות הנענועים; ווען מען שאקלט צו רעכטס (דרום) - האט מען אינזין 'רבונו של עולם, איך וויל געדענקען ווען עס גייט מיר רעכטס אז אלעס איז דיר', און ווען מען שאקלט צו לינקס (צפון) - בעט מען 'רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל א גאנץ יאר געדענקען אז אפילו ווען זאכן גיין לינקס איז עס אויך דו', און ווען מען שאקלט צו פארנט (מזרח) - זאל מען געדענקען 'עס איז נישט מיין געלונגענקייט, נאר אלעס איז אייבערשטער', און ווען מען שאקלט ארויף צום הימל (מעלה) - זאל מען בעטן 'אייבערשטער העלף מיר, הייב מיך אויף צו דיר, נעם מיך ארויס פון מיינע שטותים', און ווען שאקלט אראפ (מטה) - זאל מען זיך גוט אויסוויינען 'רבונו של עולם, איך בין אזוי אראפגעפאלן, קום מיט מיר מיט, לאז מיך נישט בלייבן געפאלן, כי לא ידח ממנו נדח, קיינער וועט דאך נישט בלייבן פארשטויסן', און ווען מען שאקלט אויף פארקערט (מעריב) - בעט מען 'הייליגער באשעפער, ווען אלעס גייט מיר פארקערט וויל איך געדענקען פון דיר, אז אלעס איז פון דיר'.
מיר געפינען אין הייליגן זוהר ווי די תלמידי רבי שמעון בר יוחאי פלעגן זיך צופייערן און זאגן 'אילו לא באנו לעולם אלא למשמע זאת דיינו', וואלטן מיר נישט געקומען אויף דער וועלט נאר צו הערן די חידושי תורה איז אונז שוין גענוג, און דאס זאגן מיר אויף מוהרא"ש, וואלטן מיר נישט געקומען אויף די וועלט נאר צו הערן די כוונת הנענועים, ווי מיר פשוט'ע אידן קענען זיך אזוי פארבענקען צום אייבערשטן און בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן זיין ארום גענומען מיט די שכינה הקודשה אין אלע מצבים, דיינו - איז דאס שוין אלעס ווערד.
סוכות וועל איך זיין אם ירצה ה' אין שטעטל, די יאר חול המועד וועלן מיר דאווענען אין היכל ראזענבערג. עס וועט זיין א שיעור גמרא צען אזייגער אינדערפרי און נאכדעם וועלן מיר דאווענען, אויך וועט זיין אלע נעכט שמחת בית השואבה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.