בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים, כ"ד אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
איך זע ווי עס פלאקערט אין דיר הפצה, וויל איך דיר בעטן דו זאלסט מאכן פון דעם בריוו קליינע קארטלעך (נישט גאר קליין), און דאס אויסטיילן אין אלע שולן. אויבן זאל שטיין אין גרויס: "כוונת הנענועים", און אונטער דעם - די כוונת וואס מען זאל אינזין האבן ביים שאקלען, ביי די נענועים.
ווען מען שאקלט צו רעכטס (דרום) - האט מען אינזין: 'רבונו של עולם, איך וויל שטענדיג געדענקען ווען עס גייט מיר גוט, אלעס גייט רעכטס - אז אלעס איז פון דיר'.
ווען מען שאקלט צו לינקס (צפון) - בעט מען: 'רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל שטענדיג געדענקען אז אפילו ווען זאכן גיין לינקס - איז עס אויך דו'.
ווען מען שאקלט צו פארנט (מזרח) - בעט מען: 'רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל שטענדיג געדענקען ווען אלעס גייט ווי געפלאנט אז עס איז נישט מיין געלונגענקייט, נאר אלעס איז פון דיר באשעפער'.
ווען מען שאקלט ארויף צום הימל (מעלה) – בעט מען: 'אייבערשטער העלף מיר, הייב מיך אויף צו דיר, נעם מיך ארויס פון מיינע נארישקייטן'.
ווען שאקלט אראפ (מטה) - זאל מען זיך גוט אויסוויינען: 'רבונו של עולם, איך בין אזוי אראפגעפאלן, קום מיט מיר מיט, לאז מיך נישט בלייבן געפאלן, הייב מיך אויף, איך וויל זיין אן ערליכער איד.
ווען מען שאקלט אויף פארקערט (מערב) - בעט מען: 'הייליגער באשעפער, ווען אלעס גייט מיר פארקערט וויל איך געדענקען פון דיר, אז אלעס איז פון דיר, איך זאל בלייבן מיט א שטארקע אמונה'.
מאך הארטע קארטלעך, שיינע קרעפיקס, געפינטלט, און פון אונטן זאל שטיין די האטליין נומער, און געב עס פאר אלע מפיצים פון אלע שטעט, זיי זאלן דאס אויסלייגן אין די שולן.
דרוק עס ביי אונזער קרן הדפסה היכל הקודש.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.