בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויקהל, כ' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך בין זייער נייגעריג וואו און ווער האט דיך געשלעפט צו די ריכטונג, צו לערנען די סארט ספרים, וועלכע חברים האסטו געפונען? איך האף צום אייבערשטן דו האסט גוטע חברים, אז דו זאלסט נישט פארקריכן חס ושלום, זאלסט בלייבן ערליך מיט די וועג פון די הייליגע צדיקים.
לאז אפ די ספרים חיצוניים, לערן די הייליגע משניות, די הייליגע גמרא און מדרשים. קוק וואס דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגל עלינו שרייבט אין הנהגות האדם, וואס מען זאל לערנען.
א. "הראשון: צריך האדם ללמוד גמרא ופירוש רש"י ותוספות ומפרשים, כל אחד לפי השגתו, והפוסקים אחריהם", דאס ערשטע לימוד זאל מען לערנען גמרא מיט רש"י און תוספות וכו', יעדער איינער לויט זיין פארשטאנד, "ומתחילה ילמוד שולחן ערוך אורח חיים", און מען זאל לערנען שולחן ערוך אורח חיים, "וצריך להתפלל להשם יתברך שיבוא על האמת", און מען זאל דאווענען צום אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו אמת, "כי חטאת נעורים של האדם הראשון מסמין עיניו שלא יראה", ווייל די עבירות פון פגם הברית פון די יונגע יארן מאכן בלינד די אויגן פון זען די אמת, "אף שיכול לפלפל ולהגיד לאחרים דינו", און אפילו מען קען זיך טענה'ן אין לערנען, מען קען זאגן א צווייטן וואס צו טון, "אבל הוא בעצמו שוכח ולא מקיימם באמת", אבער דער מענטש אליין פארגעסט און טוט עס נישט, "לכן צריך האדם להתחרט מאוד על עוונותיו", דעריבער דארף מען תשובה טון אויף די עבירות, "ולהתבודד עצמו קודם אור היום", און זיך אויסשמיסן דאס הארץ פארטאגס מיטן אייבערשטן, "שאז עת רצון לבכות על גלות השכינה פעמים הרבה עד אין חקר, ויבכה בדמעות", מען דארף וויינען מיט טרערן, "וגם ביום לפעמים יתבודד", אויך בייטאג זאל מען זיך פון צייט צו צייט מתבודד זיין, "ואז יראה בעצמו שעמדו עונותיו נגד עיניו", דעמאלט וועט ער זען וויפיל עבירות ער האט געטון, "ויזכור את חטאתיו ועוונותיו ופשעיו כהרים וגבעות", ער וועט זיך דערמאנען זיינע עבירות און זען זיינע עבירות ווי בערג און טאלן, אזויפיל – "אשר מעולם לא זכר אותם אם עשה ככה", וואס ער האט פון פארדעם בכלל נישט געוואוסט אז ער האט דאס געטון, "ככה יעשה לא פעם ולא שתים ולא מאה פעמים", אזוי זאל ער טון, נישט איין מאל, נישט צוויי מאל, נישט הונדערט מאל, "עד אשר ירחמו עליו מן השמים", נאר ביז מען וועט רחמנות האבן אויף אים פון הימל, "ויתפלל להשם יתברך שידריכהו בדרך", און מען זאל בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים און אים פירן אויפן ריכטיגן וועג, "ויורהו דרכו שלא יבלה חיי חייו", עס זאל אים נישט אריבערגיין דעם לעבן מיט נארשיקייטן, "ואז השם יתברך ברחמיו וברוב חסדיו יאיר עיניו באור תורתו הקדושה", דעמאלט וועט אים דער אייבערשטער פירן אויפן ריכטיגן וועג, עס וועט זיך אים עפענען די שיין און ליכטיגקייט פון די תורה, "ויבין וישכיל תוכן הדבר לעשותו ולקיימו", און ער וועט זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד.
מיין ליבער ברודער, אנטלויף פון די אלע חכמות, דמיונות וכו'; נעם דעם רבינ'ס וועג וואס האט אונז געלערנט וואס איז א איד, א איד איז דער וואס טוט די מצוות פונעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות, און דער וואס לערנט די הייליגע תורה. דער הייליגער רבי האט זייער אסאך גערעדט מיט אונז מיר זאלן דינען דעם אייבערשטן בתמימות ובפשיטות, מיר זאלן נישט נאכגיין אונזער שכל, ווייל אויב מען גייט נאך דעם שכל - קען מען פארקריכן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יב): "כְּשֶׁאָדָם הוֹלֵךְ אַחַר שִׂכְלוֹ וְחָכְמָתוֹ, יוּכַל לִפֹּל בְּטָעוּתִים וּמִכְשׁוֹלוֹת רַבִּים, וְלָבוֹא לִידֵי רָעוֹת גְּדוֹלוֹת, חַס וְשָׁלוֹם", ווען א מענטש גייט נאך זיין שכל און זיין חכמה קען ער צוקומען צו מאכן גרויסע טעותים און צו גרויסע פראבלעמען, "וְיֵשׁ שֶׁקִּלְקְלוּ הַרְבֵּה, כְּגוֹן הָרְשָׁעִים הַגְּדוֹלִים מְאֹד הַמְפֻרְסָמִים, שֶׁהִטְעוּ אֶת הָעוֹלָם וְהַכֹּל הָיָה עַל יְדֵי חָכְמָתָם וְשִׂכְלָם", עס זענען געווען גרויסע רשעים וואס האבן פארדרייט די וועלט, און אלעס האט זיך אנגעהויבן ווייל זיי זענען נאכגעגאנגען נאך זייערע חכמות; דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא, רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִּפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת, וּלְהִסְתַּכֵּל בְּכָל דָּבָר שֶׁעוֹשֶׂה שֶׁיִּהְיֶה שָׁם הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער עיקר פון אידישקייט איז, מען זאל פאלגן די הייליגע תורה בתמימות ובפשיטות, און פאר מען טוט א זאך זאל מען קוקן צי דאס איז דער רצון פונעם אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.