בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת וזאת הברכה, י"ב תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
לאז דיין ווייב גיין ווי אזוי זי גייט, מוטשע איר נישט זי זאל זיך טוישן, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט ליב האבן די וועג ווי אזוי זי גייט אנגעטון; בעט דעם אייבערשטן עס זאל זיין חן, דו זאלסט האבן חן אין אירע אויגן און זי זאל האבן חן אין דיינע אויגן.
דער רבי זאגט (ספר המידות, אות חן, סימן ו): "כְּשֶׁתַּעֲבִיר עַל מִדּוֹתֶיךָ, תִּמְצָא חֵן", אז מען איז א ותרן, מען געבט נאך, מען זוכט נישט אויסצופירן - דאס ברענגט חן; דאס איז דער סוד פון שלום בית, ווען ביידע - סיי דער מאן און סיי די ווייב, ביידע געבן נאך איינער פאר'ן צווייטן, מען זוכט נישט אויסצופירן, דעמאלט איז דא חן און אז עס איז דא חן איז שוין אלעס דא דארט.
דאנק דיין ווייב פאר'ן זיך פירן איידל, אין דעם זכות וועט איר האבן קינדער צדיקים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.